ב''ה
היות איך מנשה בן בארי בין דאך אינעם ליניע פון שפייען פון זיך ידיעה און סעלעבערטי'שאפט, וויל איך מסביר זיין מיין שטאנדפונקט און מיינונג איבערן נושא פון 'איך וויל זיין א סטאר' א שטערן..ס'געווען אמאל א פאסטוכע'ל, אין א קליינעם דערפעלע קוים צוואנציג הייזעלעך, וואס האט ביים פאשענען די שעפעלעך פון די משפחה, אויסגענוצט זיינע פעאיגע טאלאנטן, און פלעגט שרייבן ווערטלעך, באשרייבן און פארלייענען הומאריסטישע געדאנקן. אלע ארומיגע חברים, פלעגן קוים אויסווארטן אויפן מינוט, ווען ער זאל שוין קומען זיצן מיט אלע אינאיינעם, און דארט אונטערן שאטן פון ביימער נעבן ברונעם, פלעגן זיי זיך צוזאמ'קומען און ער פלעגט נעמען דאס ווארט, און אלע האבן באמת הנאה געהאט.
איין טאג איז אנגעקומען א טוריסט אין דערפעלע, און האט פונקט ביים ברונעם געטראפן אונזער פאסטוכ'ל דער טאלאנטפולער שרייבער און דיכטער, דעבקע האט ער געהייסן, זאגט דער טוריסט צו דעבקע, ווי איך הער מיך צו צו דיינע פערל רייד וואס זענען אזוי ארגינעל און טאלאנטפול, קלער איך מיר, אז ס'איז א נארישקייט אז אזא געלונגענע געברוירענע שרייבער, זאל פארוויילען זיינע לעבנס טעג ליידיג און ארים, קום אריבער צו אונז אין שטעטל, דארט וועסטו זיין דער שטעטל שרייבער און מיר וועלן דיר באצאלן א געהאלט ווי געהעריג.
ער האט זיך געלאזט צורעדן פון די גאלדענע הבטחות, און צומארגענס האט ער פשוט פארלאזט די דארף און שעפעלעך, זיך אריינגעקליבן אין שטעטל, און האט זיך טאקע צוגעשארט צו א גוטע פאזיציע און זיך ארויפגעארבעט אלץ בעסטע שרייבער אין שטעטל.
אויב אזוי איז די מעשה, בין איך דאך משוגע אז איך ארבעט דא אין שטעטל, לאמיר אריינפארן אין גרויסן שטאט, און זיך אנטראגן אלץ גוטע שרייבער, און אולי יצליח..
וכך הווא, ער איז שנעל באקאנט געווארן אלץ דער גרויסער שרייבער, 'דעבקע' וואס אלע ווארטן מיט דארשט אויף זיינע קלוגע לאכעדיגע און גלייכצייטיג טיפזיניגע ארטיקלען.
די טאג איז געקומען, מ'איז געוואויר געווארן אין הויפט שטאט פון 'דעבקע', און ער איז געלאדענט געווארן צו ווערן דער לאנדס שרייבער!!
געוואלדיג, דעבקע האט זיך געפונען אויפן הויעכן לייטער, צענדליגע טויזענטע מענטשן, חליש'ן קוים אן געדולדט אויף זיינע געשריבענע פראזען און פעליטאנען, אן געלונגענע ארטיקלען למיניהם.
ווי אין רוים איז מען דערגאנגען, אז אזא שרייבער ווי 'דעבקע' איז פארהאנען, וואס די גרעסטע מבינים האבן פארשטאנען אז אזא חכם און נאטורליכע חוש איז א באמת א זעלטנהייט צו געפונען אין אסאך דורות, האט מען פון פונעם גרעסטן לאנד רוים, געלאזט רופען דעם 'דעבקע' ער זאל צייגן זיין בעסטע ארבעט, און ער איז בשעה טובה אנגעקומען צום העכסטן שטאפל וואס א שרייבער קען נאר ווען אנקומען אין לעבן און אינעם היסטאריע, אז אין רוים, די גרעסטע אדל'לייט די גרעסטע חכמים און פראפעסארן טשאטשקענען זיך אן מיט פולע פארגעניגען ווען נאר עס ערשיינט זיינס א ארטיקל איבערן טאג'בלאט.
נו?? עפעס גליקליכערס פון דעבקע איז דען פארהאנען? געלט האט עהם נישט געפעלט, כבוד און באקאנטשאפט, א היסטארישער וועלטס באקאנטע פיגור, וואס מיליאנען מיליאנען זענען עהם פשוט מקנה, זיין נאמען קלונג מסוף העולם ועד סופו, אן אויפהער.
אבער ניין! ס'האט נישט לאנג געדויערט, און דעבקע האט חרטה באקומען פאר אלעס.. וואס האט שוין פאסירט??
דעבקע פילט זיך בכלל נישט חשוב, ער פילט פאר איבריג דאס גאנצע כבוד און האט פון אלעס אלעס גארנישט הנאה מער.
האט זיך איין שיינעם טאג, אויף א באקוועמער פאטעל אין א רייכע ווילא, זיך רואיג געמאכט א חשבון מיט א אמת, אז די גאנצע הנאה יעצט איז א פוסט און פראסטע זייפן באלאן.. ווייל טאקע טויזענטע מיליאנע מענטשן קענען זיין נאמען, אבער ער קען נישט זייער נאמען..
ווייסט ער דען פערזענליך ווער ס'האט הנאה פון זיינע ארטיקלען.. ער וואלט זיך ליבערשט צוריקגעקליבן דארט צוריק אונטערן קוה, און געמאלקן מילעך און געשריבן ארטיקלען אויף א נאטורליכע שטייגער, דאס וואס זיינע חברים האבן ליב, און זיינע חברים וועלן לאכן ער וועט זיי זען לאכן ער וועט מיטלאכן דאס איז זיין לעבן דאס איז זיין הנאה און חיות..
ער דארף נישט 'די גאנצע וועלט זאל לאכן'.. ער וויל זען זיינע פופצן צוואנציג יוגענט חברים קוילערן זיך פאר געלעכטער און שעפן הנאה, און דערביי רייכערט מען א לילקע און פייפט א לידעלע צום רואיגן טאג. ווער דארף דאס גאנצע וועלט זאל לאכן.. איך קען זיי נישט און זיי קענען מיר נישט..
זיי גלייכן מיר נישט און איך זיי ווייס נישט בכלל ווער איז ווער און וואס און ווען.. א נעכטיגן טאג כבוד..
די נמשל איז קלאר זיכטיג..
מנשה'לע גלייכט נישט קיין וועלטס מעדאלן, און קיין וועלט שאקלעריי.. נאר ווער ס'לאכט זאל לאכן גענוג הויעך און נאנט, און אין די אויגן אריין, אז איך זאל אזוי נאטורליך מיטלאכן און שמייכלען אן קנאה און איבריג געטריבענע כבוד, נאטורליך און זיס, זיך קרעטשמענען אין פריידן..