עיתונאי יידיש מבקש עזרה: מידע על חסידות
חשובֿע ייִדן,
כ´הייס שלום בערגער. כ´בין אַ שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערס". כ´פּרוּוו אַנטוויקלען אַ סעריע אַרטיקלען פֿאַר דער צײַטונג וועגן הײַנטיקן חסידישן לעבן, אָן סטערעאָטיפּן, אויפֿן סמך פֿון היימישע אינפֿאָרמאַנטן און אמתע פֿאַקטן.
זוך איך, הייסט עס, אײַער הילף.
פֿאַר מײַן ערשטן אַרטיקל וואָלט איך געוואָלט אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן די פֿאַרשידן־מיניקע הײַנטיקע חסידותן. וועלכע צעוואַקסן זיך צום גרעסטנס? וועלכע ווערן צום מערסטנס צעריסן פֿון אינעווייניקסטע קאָנפֿליקטן? וועלכע גיט זיך אײַן צו "ראַטעווען" די בחורים וואָס האָבן ספֿקות? און וועלכע ניט? וועלכע זײַנען די אינטערעסאַנסטע וואָס שייך הײַנטיקע דערגרייכונגען אין שמירות־מיצוות און מחשבֿה? און אפֿשר איז פֿאַראַן הײַנט צו טאָג אַלץ ווייניקער חילוקים צווישן חסידותן בכלל?
כ´וואָלט גאָר שטאַרק אָפּגעשאַצט אײַער הילף. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלץ בלײַבט בײַ מיר אַנאָנים, כ´וועל קיינעם ניט פּורש־בשמו זײַן.
זײַט אַזוי גוט און רופֿט זיך אָפּ אָדער אין דעם פֿאָרום, אָדער אויפֿן אַדרעס
[email protected]
אַ גרויסן דאַנק פֿאָרויס.
אַ גוט געזונט יאָר אײַך אַלעמען.
כּל־טובֿ און גמר חתימה טובֿה,
שלום בערגער
 |
|
|