בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

איז 'שמשון הגיבור' באגאנגען זעלבסט מארד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 12:49 לינק ישיר 
איז 'שמשון הגיבור' באגאנגען זעלבסט מארד?

וויאזוי האט ער געמעגט זיך הרגען סתם פאר נקמה? דער באגריף פון תמות נפשי עם פלשתים איז דאך
לכוארה געהעריג פונקט ווי די היינטצייטיגע מארטירער וואס טוען זיך אויפרייסן כדי אומצוברענגן
ווי מער ציווילע? וויאזוי שטימט דאס מיט דעת תורה?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 17:04 לינק ישיר 

א שיינע שאלה. העס איז  א חלק פון דעם גאנצן קוק וואס מיר האבן האפן תנ"ך. מען קען נישט צו גלייכן ינענע תקופות צו איינטיקע. סאיז צווי וועלטן. וואס איינטן אין אונזערע מודערנע אויגען זעט אויס -און בצדק- מיעס און ביטער איז פאר זיי געווען זיס און צוקער...

בכל אופן, דער חלק איז דוקא גרינגער צו פארשטיין ווי די אנדערע שמשון הגיבור מעשים,אזוי ווי זאך דרייען און פאר ליבן אין פלשתים מיידעלאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 16:39 לינק ישיר 

קעלעמער, סא דו האלטסט פונקט ווי ר' הערשלע ספינקער און שולמית אלוני, אז תנ"ך טאר מען נישט לערנען מיט אונטער יעריגע קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 19:50 לינק ישיר 

פון נעמסטו צוזאגען אז הגה"ק ר' הערשעלע ספינקער זצוק"ל האט ח"ו נישט געלאזט לערנען תנ"ך? וויאזוי קען מען זאגען אזא לשון הרע אויף אזא צדיק? דאס איז דאך דעם אייבירשטענס תורה, קען דען פון דעם ארויסקומען מכשולות? דער אייבישטער האט דאך געזאגט צום נביא והגית בו יומם ולילה? צוזאגען אז מעזאל נישט לערנען קיין תנ"ך איז סתם א אויסגעזויגענע שטות פון אפאר צעווילדעוועטע עקסטרעמיסטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2008 21:33 לינק ישיר 

יא, אבער וויאזוי איז מען דאס מסביר פאר קינדער? אז שמשון הגיבור האט זיך אליינס געהארגעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2008 00:45 לינק ישיר 

ווען מיר ווייסן דעם יסוד, אז מ'רעדט נישט דא פון א אייביגע מצוה פון זיך הארגענען, נאר דארט האט עס געהאט א הוראת שעה, וואס ער האט איינגעזען אז ער מוז עס טוהן.
און קינדער קענען דאס גוט פארשטיין, ווען מ'איז מסביר די גאנצע סיטואציע דארט, וואס איז געווען די סיבה וואס האט עהם באוואויגען צוטוהן עם פעולה.
און בכלל איז באקאנט, אז דברי תורה אינם מקבלין טומאה, דאס מיינט טיפער'ס, אז תורה קען נישט שאטן, לכתחילה לערנט מען די טעגליכע און היינטיגע מסורה און תורה, און שפעטער ווען מ'איז שוין ראוי צו פארשטיין עפעס טיפער'ס און העכער'ס, לערענט מען תנ''ך, מיטן אמונה אז ס'דא טיפע פשטים אין יעדן אות.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2008 01:30 לינק ישיר 

גוט גענטפערט, ישר כחכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2008 01:36 לינק ישיר 

אמת אז ס'איז דא טיפע פשטים אויף יעדע אות, אבער דא קומט מען טראכטן אין פארשטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2008 02:02 לינק ישיר 

נו, איז לאזט הערן אייער פארשטאנד. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > איז 'שמשון הגיבור' באגאנגען זעלבסט מארד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext