| נשלח ב-27/3/2006 13:17 |
|
| |
לאמיר זיך באקענען מיט ג-ט. וואס איז דאס?
ווען מיר רעדן פון באשעפער וואס מיינען מיר דערמיט? איז ער א מעכטיגער קראפט? אדער א שכל'דיגע
רוחניות'דיגע באגריף? פון ווי שטאמט דער נאמען ג-ט? וואס זאגט דאס?
לאמיר אויסשמועסן וואס מיר טראכטן ווען מיר טראכן פון באשפער על פי תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 02:52 |
|
| |
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1866390
דעם אשכול איז דער ניק "אמונת חכמים" ביזי אז דער תורה מאכט ג-ט פאר א רחום וחנון, איז דאס אמת?
איך לערן נישט צופיל חומש, אבער לויט ווי די זכרון פון חדר דינט מיר, איז די חומש פיל מיט
בייזע מוסר און שטראפן מער ווי רחמנות.
איז פארוואס האט דער חומש נישט מער ארויסגעברענגט ג-ט'ס גוטסקייט פארשטיי איך נישט. אבער וואס
דארף איך די חומש אויף אזאך וואס איך קען מיך אליין איבערצייגן.
איז אלזא פאר מיר פערזענליך דא 2 טייטשן פון ג-ט, איינז איז די חומש'ס וואס ער איז ברוגז פיל
מיט נקמה אויף מיינע עבירות, און איינס מיין לעבעדיגער באשעפער וואס מאכט מיך אטעמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2008 19:00 |
|
| |
געהערט פון ר' שלמה קרליבך זצ''ל:
''דער זוהר הקדוש, לערנט אונז אויס די טיפסטע תורה אין די וועלט, ווען דו פרעגסט גאט, וואס ביסטו? ענטפערט ער נישט. ווען דו פרעגסט גאט, ווער ביסטו? מי אתה? ''מי ברא אלה...?''
דעלמאטס ענטפערט דער ריבונו של עולם''.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 04:44 |
|
| |
העניך טייערער, מאך דיך נישט ווי אזא תמים, די דאזיגע אבזערוואציע האסטו געלייענט ערגעץ וואו ביי XGH אדער גאר ביי ריטשארד דאקינס.
דו זאגסט גוט, באהאלט דיך אבער נישט אונטער א מאסקע פון חדר-תמימות - קומ'זשע ארויס מיט דיינע קאלירפולע פארבן!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 20:55 |
|
| |
כיפארשטיי נישט, וועגן וואס רעדסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2008 00:07 |
|
| |
כ'האב גערעדט צו העניך, און איך האלט אז ער פארשטייט יא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2008 00:48 |
|
| |
העניך איז שוין לאנג נישט דא געווען.
און איך, מעג נישט פארשטיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2008 04:11 |
|
| |
אוודאי מעגסטו פארשטיין. כ'האב קיינמאל נישט פראבירט צוריקצוהאלטן פון דיר אזא עלעמענטארער רעכט.
פארשטיי און האב הנאה!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2008 20:25 |
|
| |
דא שטייט וועגן גאט .
און דא אין לשון קודש: אלוקים .
|
|
|
|
|