|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:31 |
|
| |
חובת האדם בעולמו, - וואס איז אונזער ציל?
דער בעל מסילת ישרים האט אריינגעברענגט דעם שאלה אויף צינג פון אידן לאורך כל הדורות, האף איך
אז דער פארום וועט אויסטרעטן א גראדן גרינגן פשוטן מהלך אוועקצושטעלן דעם בעסטע דרך אויף וואס
מיר זאלן טרעטן אנצוקימען צו אינזער תכלית. לאמיר שטלען א גאָול, אַן אַגענדע, אַ מיסיע, אַ קלאָרן
אָבזשעקטיוו, צום אידישן לעבן. יאַלאַ גאגאַנגען....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:41 |
|
| |
דערש',
עס גייט נישט אזוי "יאללא גיגאנגען" - "על רגל אחת". דאס זענען דברים העומדים ברום עולם המחשבה און אויך דער וואס מייינט אז ער פארשטייט מוז גייען גאר לאנגזאם.
קודם כל מוז מען באמערקען אז קיין מענטש קען נישט האבען קיין מאטיבאציע צו א זאך, סיידען אז דיא זאך פאסט צו זיין ציהל באיזה אופן שהוא. דערפאר מוז מען ערשט דערויף באשטייען וואס פאר א ציל האט דער מענטש בכלל, כדי אז מיר זאללען קענען קובע זיין וואס עס קען פון איהם געפאדערט זיין אלס "חובתו בעולמו".
איך וועל פראבירען אן אנדערס מאל מאריך צו זיין, אבער יעצט וויל איך פאשעט אוועקלייגען א באזיס פארען דאזיקען שמועס, אז דער אלגעמיינער ציל פון דעם מענטש איז אז זיין געוויסען [כולל אללעס וואס ער ווייסט, פיהלט וכו'] זאל זיין א גאנצע איינהייט בשלימות. ד.ה. אז אללע חלקים זאללען צוזאמען פאסען אין הרמוניע [אחדות והתאמה].
דא הייבסט זיך אהן א מעשה. וואס פאסט פאר וועמען? און אויב עס איז דען דא זכרען וואס זענען יוניברסל און פאסען פאר אללע? ואת"ל אז יא, האם אונזער תוירע לערנט אונז דאס אויס? און פארוואס דווקא פאר יידען?
|
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|