| נשלח ב-27/3/2006 14:18 |
|
| |
וואס געשענט נאכדעם וואס מען איז "טויט"?
מען בעט די חשובע גולשים זאלן אביסל באטייליגן ידיעות פון מקורות, איבער די שילדערונגען וואס
פאסירט ווען די נשמה פארלאזט דעם גוף; לאמיר אביסל ממחיש זיין פאר דעם גראבן שכל וואס מיינען
די תורה באגריפן וואס מ'שטויסט זיך אן אין די מוסר און אגדתא אפטיילונגען פון די תורה הקדושה
"שכר ועונש" "גן עדן" "גהנום" "תחיית המתים" "השארת הנפש" א.א.וו.
וואס גייט דארטן פאר ביי די טויטע? איך וויל מיך צוגרייטן, אבער די ספיקות מאכט מיך ציטירן
פונעם טויט, קען מיר איינער פונקטליך זאגן וואס ערווארט מיך איינמאל איך שטארב?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 15:08 |
|
| |
לכוארה איז דער שאלה נישט נוגע צו אונז לעבעדיגע, מיר דארפן קודם זיין פארנומען צו וויסן וואס
טוט זיך מיט לעבדיגע, אז מ'לעבט ווי עס ברויך צו זיין האט איר זיך נישט צו פארכטן פונעם טויט.
והחי' יתן על ליבו.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:34 |
|
| |
דער דירעקטאר פון דער בעל-תשובה ארגאניזאציע "הידברות", הרב זמיר כהן, איז פיל פארנומען מיט דעם. ער האט ארויסגעגעבן עטליכע קונטרסים איבער דעם ענין. גאנץ לעצטנס האט ער משלב געווען זיינע ביכלעך אין איין שיינעם ספר, "המהפך". זע דארט פיל עדות'שאפטן פון מענטשן וועלכע זענען געווען קליניש טויט וואס זיי דערציילן איבער חיים לאחר מוות. (זעט אויך זיין קונטרס "תשע תשובות ושאלה").
יאנקל
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|