| נשלח ב-28/3/2006 15:18 |
|
| |
'חדש אסור מן התורה'. פארוואס?
איך בין געווארן אויפגעצויגן מיט דעם לאזונג אלץ א יסוד אין אידישקייט, ביי אונז יוצאי
אונגערן שבווילי לייגט מען זיך מיט דעם שלאפן, מיט דעם מען חלום'ט, און מען דעם מען שטייט
אויף. וואס איז איר מקור? פשט? און איז דאס נארמאל, וויאזוי קען מען לעבן אויף די וועלט אויב
אלעס וואס איז ניי איז טריפה, חזיר און אסור?
איך האף איר פארשטייט ווי ביטער און נעבעכדיג אזא יסוד אין אידישקייט איז, אלזא ווער קען דאס
אביסל זיס מאכן?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 16:59 |
|
| |
ישמ"ל,
יעדער דרך חינוך מוז גיין פארווערדס מיט איין פוס אויף דער ערד און מיט איין פוס אין דער לופט. דער גרויסער פראבלעם פון אסאך איידעלע "יוצאים" איז דאס זיי ווארפען אוועק אללעס [גיסען אויס דעם בייבי מיט די שמוציקע וואסער]. זי פארלירען סיי דיא ערנסקייט און פרומע מסירות נפש און אויך דיא געזעלשאפטליכע קשרים און זיי בלייבען קרח מכאן ומכאן. מו"ר טענעט אז די ערנסקייט פון די חושבים אין ווילי שטאמט פון דעם חינוך פון רבינו מהרי"ט זי"ע ואכמ"ל.
בכל אופן, עס איז כדאי צו זעהן א גיוואלדיגע הודעה פון אפכאמסתברא אין דעם העבראישען עצור וואס מאכט קלאר בנידון דידך. [ליידער האב איך יעצט נישט קיין צייט איבערצוטייטשען. ראה נא וואס איך האב דיר געשריבען באישי.]
ער האט עס געשריבען אויף ענגליש און איך האב עס שפעטער איבערגיטייטשט אויף לה"ק אין אנאדערען אשכול אין מיין הודעה נשלח ב 1/8/2003 16:1.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 20:08 |
|
| |
זייענדיג א שטארקער מסורה מענטש האב איך געפרעגט מיין זיידען וועגען דעם סלאוגען חדש אסור מן התורה. ער האט מער געזאגט אז אינדערהיים האט מען זיך בכלל נישט באנוצט מיט דעם, דאס איז א נייער ערפינודונג וואס איינער האט געטראפען בדברי חת"ס ז"ל און האט דאס צופויקט און די גאסען. יודען, זאגט מיין זיידע ווייטער, האבען אייביג געטוישט און צוגעלייגט נייע ענינים. אלע תקנות חז"ל וכדומה ביז דער אויפקום פונעם אר"י ז"ל און דער אויפשיין פון דעם אור שבעת הימים ר' יבש"ט זצוקללה"ה וואס זיי האבן דאך געטוישט לטובה דעם גאנצען לעבענס שטייגער פון אחינו בני ישראל. לעניות דעתי וואלט איך געזאגט אז "חדש אסור" איז אליינס א חדש וואס איז אסור מן התורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 20:48 |
|
| |
דער עצם מושג פון "חדש אסור..." ווערט שוין דערמאנט אין תשובות הרמב"ם לגבי נייען פסוקים אויף א טלית, דער דענקער משה סמט האט לעצטענטס געדרוקט א בוך אויף דעם נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 15:19 |
|
| |
איך מיין אז עס איז בעיקר ביי די אונגערישע אידען.
איך דענק אז וווען דער בדיקה לסת"ם ע"י קומפיוטער איז אויף געקומען דורך דוד לייב גרינפעלד,
איז ער ארום געגאנגען צו אלע רבנים, לכחתילה האבען אסאך רבנים וואס זענען שייך צו סאטמאר דאס
נישט געוואלט מתיר זיין און כל שכן מחייב זיין.
דער באבאווער רבי זצ"ל (מהר"ש) האט דעמאלס גערעדט דערפין ביים טיש, און איז געווען זייער
דערפאר, האט דעמאלס חוזק געמאכט פין די וואס זאגען אז מען זאל עס נישט טוהן אלץ חדש אסור מן
התורה, האט ער געפרעגט, אפשר זאל מען נישט פארען א קאר אלץ חדש???
בכל אופן, איך מיין אז די טערם ווערט געניצט אין חתם סופר.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 16:28 |
|
| |
באראפארקער,
לכוארה איז דיין משל מיט א קאר דינט אונז טאקע אלס א דערמאנונג איינציטיילן דעם נושא,
1) וועלטליכע זאכן.
2) תורה ומצוות
ביי וועלטליכע זאכן איז דאך נישטא דערין קיין מסורה, מה שאין כן ביי אידישקייט האט דאס אסאך
וויאזוי די פריערדיגע דורות האבן דאס אויסגעפירט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 01:18 |
|
| |
די שאלה איז ווי די גדר איז, ווייל עס איז נוגע אידישקייט מיינט נישט אז א נייערע בעסערע זאך
איז אסור, לאמרי זאגען מקוואות, ווייסט יעדער אז היינט צו טאג בויט מען מקוואות מיט חומרות
אשר לא שערום אבותינו, ווייל דער טעכניק לאזט מאכען די אלע פארבעסערונגען, פארוואס דארט פאלט
קיינעם נישט איין צו זאגען חדש אסור מן התורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 05:16 |
|
| |
די גאנצע מושג איז געבויט אויף א זייפן בלאז. עס איז גרינג זיך פארצושטעלן וואס עס וואלט געווען די רעאקציע פון דעם חת"ס ווען ער וואלט ווען געוואוסט וואספארא ארמונות פורחות באויר מען בויעט אויף זיין מליצה'לע.
דער חת"ס האט געפירט א מערכה מיט די מחדשים פון זיין צייט און האט געלייגט א דגוש אויף חדש, צו נוצן דעם לאזונג היינט איז ווי פארלאנגען א הקזת דם יעדע וואך אלס ונשמרתם מאד לנפשותיכם.
די לאזונג איז א מיטל פון די רבנים אונז צו האלטן פארשקלאפט אונטער זייערע פערזענליכע השקפות, אז יעדע נייע זאך זאל דארפן דורכגיין זייערע קריסטאלענע אויגן וועלכע וועלן באשלוסן צי דאס איז "אויסגעהאלטן" צי נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:22 |
|
| |
די אלע נייע טעכנעלאגיע וכדומה, איז אלץ א חסד פון דער באשעפער, וואס ער האט אריינגעגעבן דעת פאר די חוקרים, אויסצוגעפינען נייע זאכן, צו פארבעסערן פאר די מענטשהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 00:39 |
|
| |
איך האב נישט קיין גדולד דארעך צו ליינען אלעס וואס יעדער האט דא געשריבען, לכן, אויב דאס וואס איך גיי יעצט פארציילען שטייט שוין זאלט עטץ מיר מוחל זיין.
הרב קוק ע''ה (איך בעיט איבער דע מזרחיסטען אז איך זאג נאר הרב, און איך בעט איבער דע ליטוואקעס אז איך זאג בכלל הרב און איך בעט איבער דע קנאים אז איך זאג נישט ימח שמו וזכרו)
האט איינגעפירט א נייע מנהג אז ווער עס האט א שאלה אדער וויל זיך מיט עהם אדורעך רעדען, מיז קימען געוויסע צייטען, אין זיין אפיס, דאס איז געווען יענע תקופה א נייע זאך, איז געווען מענטשען וואס האבען עים געזאגט עס שטייט דאך אין דע תורה חדש אסר מן התורה, האט ער זיי גענטפערט, אז ער האט א אנדערע פשט אין דע ווערטער, אז דע זעכטסענטע טאג פון חודש ניסן מעג מען נישט עסן פון דע נייע תבואה..
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 01:21 |
|
| |
ח''ו, מ'זאגט נישט ימ''ש אויף א איד, און זיכער נישט אויף אזא גדול ווי הרב קוק זצ''ל, און דער וואס זאגן יא, זענען זיכער נישט קיין 'קנאים', זיי האלטן זיך נאר אזוי.
ולגבי די עצם ווארט, איז עס זייער א גוט געזאגט, און צום פונקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 05:33 |
|
| |
עס איז איראניש אז ביי די חסידים נעמט מען ניטאמאל אן דעם פסק פון "חדש אסור מן התורה".
אין דעם מחזור דברי יואל ווי עס ווערט געברענגט די מנהגים פונעם סאטמארער רבי'ן הרב יואל טייטלבוים ע"ה (איך בעט איבער די סאטמארער אז איך זאג נאר "הרב", און איך בעט איבער די מזרחי'סטן אז איך זאג בכלל "הרב") שטייט אז ער האט נישט געלאזט בעטן א טייערערער פרייז אויף פראדוקטן וועלכע זענען געבאקן געווארן דוקא מיט ישן, ווייל עס איז נישט קיין מעלה פאר די חסידים וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם מיט חדש.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|