| נשלח ב-28/3/2006 15:26 |
|
| |
"דע מעיקינג אף עי גאָדויל"
די חרדישע וועלט קאכט זיך מיט אן איסור אויף ר' נתן קאמינעצקי'ס ענגלישע בוך, וואס פרויפיילט
די ליטווישע גדולים, לויט די שמאלציגע נישט אזוי הייליגע ערשטע האנטיגע פארציילונגען פון ר'
יעקב קאמינעצקי ז"ל, וואס דער זון ר' נתן האט אפגעשריבן דעמאלטס בחייוו און דאס אפגעדרוקט.
די ישיבה תורה וועלט פון די ליטוואקעס זענען צוהיצט אז מ'שעכט אפ זייערע מנהיגים, און
מ'ווייזט די ריכטיגע קאלירן פון זייערע מאדערענע נסיונות וואס זיי ווילן נישט קוקען אין פנים
אריין. ווייל זיי האבן מורא אז די גראבע פראבלעמן וועלן געבן דעם 'גרין לייט' פאר די
אינגווארג צו טאן די זעלבע ווי זייערע פארהייליגטע פירער האבן געטאן אלץ אינגע בחורים.
איז אלזא די שאלה פארוואס האט טאקע האט דער קאמינעצקי דאס אפגעדרוקט, ממילא די טאטע האט דאך
דאס נאר פארציילט פאר אינטערסאנטקייט, אבער 'דרוקן א ספר האט דאך עפעס א טיפערע אגענדע, צו
האלט דען נישט דער זון קאמינעצקי אז דאס וועט פארדארבן די איגענט מיט נידעריגע מאראלן וואס
איז היינט שטארק זינדיג?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 17:29 |
|
| |
די שיטה זיינע איז, לפע"ד, גענוי דאס וואס איז מבואר אינעם רעלאטיוו-נייעם בוך Of The Derech. אז היינט איז דער ערשטער דור וואס ס'איז דא א ציל צו פארוואסערן אלע פערזענליכע פראבלעמען פון אונזערע גדולים. אפילו אין דער תורה טרעפן מיר די טעותים און וואקלנישן פון אברהם אבינו, משה רבינו, דוד המלך ועוד. דאס, טענה'ט די מחברת, האט אריינגעלייגט אן אונטער-מוח באוואוסטזיין אין דער היינטיגער יוגנט אז אויב מאכט מען א טעות איז מען שוין א דורכפאל. זעט אויס אז דאס וויל הרב קאמינעצקי ארויסברענגען, אז אונזערע גדולים זענען אויך פרויען-געבוירענע, און האבן פונקט ווי אונז פסיכעאלאגישע דראנגען, און מאכן טעותים ווי אלע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 19:42 |
|
| |
פון וואספארא בוך רעדט מען דא? אפשר קען איינער אביסעלע דאס מסביר זיין?
|
|
|
|
|