| נשלח ב-28/3/2006 15:34 |
|
| |
ר' אברהם קורמאן ז"ל
גרויסער תלמוד חכם, און מחבר ספרים, געווען א בחור, זיך אפגעגעבן מיט תורה כל ימיו, ער האט
ארויסגעגעבן זיין ספר קעגן 'ויואל משה' "יהודי וארצו", און נאך אסאך ספרים. וואס זיינען אלע
פיל מיט שמאלציגע קאנטעראווערסיע, דאס מאכט אים א ציל ברעט פאר אונזער פארום.
ווער האט אביסל סחורה איבער אים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 15:56 |
|
| |
ר' אברהם קורמן ז"ל איז געווען א תלמיד חכם עצום. טראצדעם וואס ער האט געארביים כל ימיו (אזוי שרייבט ער אין דער מבוא פון זיין ספר "עקרונות בהלכה") האט ער געקענט כל התורה כולה, בנוסף צו א פענאמענאלער ידיעה אין וועלטליכער ליטעראטור. ער האט ארויסגעגעבן ארום 20 ספרים אויף פארשידענע ענינים. זיינע ספרים, הויפטזעכליך "יציאת מצרים ומתן תורה", "האבות והשבטים" און "מחשבת ישראל" זענען גע'אסר'ט געווארן דורך דעם בי"ד עדה החרדית. אויך דער צדיק און בעל מוסר ר' שלמה וולבה ז"ל האט ארויסגעגעבן א בריוו שרייבנדיג אז "די שמיעה אז איך האב געזאגט אז מען מעג לייענען די ספרים פון אברהם קורמן זענען פאלש". אין ספר "שער יוסף" פון א גרויסן תלמיד חכם און מקובל פון ארץ ישראל, הרב יוסף שני שליט"א איז פארהאן א לענגערער פרק מיט שארפער קריטיק קעגן קורמאן', בעיקר זיין אפטרייסלונג פון די ד' יסודות וועלכער קורמן באטראכט ווי פרימיטיווער וויסנשאפט פון די גריכישע פילאזאפן, וואס הרב שני קען נישט דערהייבן ווייל די ד' יסודות זענען א אינטעגראלער חלק פון קבלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 17:31 |
|
| |
נאכ'ן לייענען זיין ספר "האדם וטבעו" איז שווער צו גלייבן אז ער האט נישט געשפירט דעם תשמיש ערשטהאנטיג. דערפאר בין איך חושש אז האט יא חתונה געהאט פאר א קורצער צייט, אדער איז א שטיק צייט נישט געווען פרום. אלנפאלס, דער טיטל "בחור" אויף אים איז אומריכטיג. א בחור מיינט א יונגער מענטש. העכסטנס איז ער געווען א "רווק".
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 20:37 |
|
| |
אין היימישע יידיש רופט מען דאס "אלטע בחור"!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 18:32 |
|
| |
רעדאקטאר, דו ווייסט אפשר וואו מ'קען באקומען דעם ספר "יהודי וארצו"?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 21:25 |
|
| |
מען קען לײענען דאָס בוך אין אַ פּאָר ביבליאָטעקן:
אין די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק אין ירושלים
אין די אוניװערסיטעט ביבליאָטעק אין חיפה
אין שער ציון אין תל אביב
אין בר אילן אוניװערסיטעט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 17:51 |
|
| |
קאטאוועס, און וואס טוט א איד פון ניו יארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/4/2006 21:18 |
|
| |
אַ ײִד אין ניו יאָרק גײט אַרײַן אין NYPL - ניו יאָרק פּאַבליק לײַברערי. דאָרטן קענסטו געפֿינען זײַנע
ביכער http://tinyurl.com/z8zw6
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2006 08:49 |
|
| |
שכוייח. איך האב הנאה פון זיינע ביכער, מקען עס גראדע קויפן אין נ.י.
|
|
|
|
|