ראשונים כמאלכים - ירידת הדורות. פארוואס?
"אם ראשונים כבני מלאכים, אנו כבני אדם. אם ראשונים כבני אדם, אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ורבי פנחס בן יאיר, אלא כשאר חמורים". (שבת קיב.)
דאס איז דער יסוד פון אונזער אמונה; צו פארהייליגען און פארגעטערן די מסורה!
אידישקייט איז נישט בלויז קיין חכמה עס איז פארט א רעליגיע. אוואדאי נוצן מיר אונזער אייגן שכל אין דעם פראצעס, אבער מיר פארלאזן זיך כמעט גענצליך אויף די טראדיציע, און דאס איז די לאזונג: אז די פריערדיגע זענען ווי מלאכים און מיר זענען פשוטע בלינדע אייזלען, (אפילו זייערע אייזלען זענען אויך קלוגער פון אונז) וואס גייען נאך בנאמנות אין די פוסטריט וואס איז אויסגעפאלסטערט פון זיי, און מיר פארשטייען גארנישט בעסער ווי זיי אין קיין שום ענין.
איך וועל פריווען פארלייגן די קלערונגען פון "מיימוני" וואס איז טאקע פשט אין דעם?
1) מיט וואס בשטייט די גרעסערקייט זייערע מער פון אונז?
2) וואס זענען די קאנסקווענצן פון דעם וואס זיי זענען גרעסער?
א. אויבן אויף איז אנגענומען אז זייער גרעסערקייט איז אויף "א ל ע" פראנטן, און יעדן הינזיכט זענען די פריערדיגע מער. עס מיינט נישט אז זייערע קעפ האבן מער תופס געווען, אויפן אינטעלעקוטועלן לעוועל. ווי למשל די גר"א זעהט מען האט צאמגעווארפן א וועלט אין זיינע ספרים, דאס מיינט נאך נישט אז ער האט מער צאמגעווארפן ווי היינט צוטאגס ר' חיים קאניעווסקי, אדער מער פון חכם עובדי' יוסף. ווייל אפילו אויב מ'שאצט דאס מיט 'זכרון' 'א קאמפיוטער קאפ' וועט מען דאך צוקימען ח"ו זאגן אז דער גר"א האט געקענט מער געדענקן ווי דער רשב"א און ריטב"א, ווייל אויסערליך פון די חיבורים איז זיין זכרון מער ווי זיי, ח"ו, דאס צו זאגן, ווייל נאכדעם שיסן מיר אראפ דעם גאנצן יסוד אז ווי פריער אלס גרעסער, מוז מען דאך זאגן אז עפעס מער ליגט אין די ווערטער.
ב. פון די אנדערע זייט, איז פשוט קלאר, דער גרעסערקייט פון די פריערדיגע צו די לעצטערע, אז זיי ווייסן איינפאך בעסער פון וואס מ'רעדט, למשל, די תנאים האבן מער ווייניגער פאשטאנען די סברות פון זייערע קריגער אין די משנה, אבער פאר די אמוראים איז שוין נישט געווען שייך צו וויסן פונקטליך, זיי האבן זיך געמוזט מוטשען אין דעם טעם מער, און זיך פארלאזן מער אויף זייער שיקול הדעת וואס יענער האט געוואלט און פארוואס זיין חבר האט געקריגט.
ג. ווי פארשטענדליך קען מען זיך נישט קריגן אויף די מציאות אז די לעצטערע דורות, ווייסן מער, די "וויסנשאפטלער" ווי די פריערדיגע דורות, ווייל זיי רייטן שוין אויף די פריערדיגע אינפארמאציע, און סייענס ווערט מער און מער פארגעשריטן און נייע ערפינדונגען קומן צו מיט די צייט. ממילא אין די הינזיכט פון וויסענשאפט איז נישט שייך צו זאגן אז די פריערדיגע זענען געווען גרעסער און האבן געהאט מער אינפארמאציע פון וואס מ'האט היינט מיט דעם טעלעסקאופ.
ד. מיר וועלן אוואדאי מודה זיין אז די פריערדיגע זענען געווען נענטער צום באשעפער און מער איבערגעגעבן צו דאס לעבן פון תורה ומצוות מיט מער נאמנות, מסירת נפש, און ערליכקייט. אבער וואסארא השפעה האט דען דאס ערליכקייט אויפן פארשטאנד? האט דען גוטע מדות און דאס רצון צו דינען דעם אייבערשטען א דירעקטע השפעה אויףן מוח צו באגרייפן מער די תורה הקדושה? איז קדושה משפיע אויפן דעת? איז דער יצר הרע פארבינדען מיטן שכל?
ה. מיט וואס בלייבן מיר איבער? קענען מיר זיך פארטיפן בלויז אין די הינזיכטן: 1) זיי האבן געקענט בעסער אפלערנען תורה שבכתב. כללי המדרש א.א.וו. 2) זיי האבן בעסער פארשטאנען די "טעמי התורה" און אירע כללים.
לויט דעם קומט דאך אויס אז די גרויסקייט פון א מענטש ווענדט זיך אין ווי ווייט ער איז בכח צו פארשטיין די טעמים און כללים פון די תורה. און באגרייפן די השגות פון ג-ט וואס ער באפעלט אונז, אין דעם שטעקט דער הויפט חילוק צווישען די פריערדיגע דורות און די לעצטערע דורות. און ביזן היינטיגען טאג שאצט מען דורך דעם ווער עס איז גרעסער.
איז איצט די שאלה פארבליבן, פארוואס ווערט דאס טאקע ערגער ווי שפעטער די דורות רוקן זיך, פארוואס טאקע פארשווערט זיך די טעמי התורה ווי טיפער די דורות גייען? און איז דען נישט היינט מער שייך צו באגרייפן די טעמים ווען מיר האבן א פארגעשריטן וועלט, וואס אלע פוסקים ראשונים און אחרונים זענען עוועילבעל פאר יעדן אויפן אינטערנעט, מער וואס סיי וועלכע רב האט געקענט האבן צוטריט און די פריערדיגע דורות. מיר האבן דאך היינט אסאך מער צוטריט צו אינפארמאציע ווי סיי וועלכע דור פון פריער. איז פארוואס טאקע פארשטייען מיר ווייניגער?
 |
|
|