| נשלח ב-10/5/2006 21:24 |
|
| |
עצות אויפצולעבן דעם פארום
ס'איז נישט קיין סוד אז דער פארום גייט מטה-מטה, און לעצטנס זעט מען דא קוים עפעס חדשות. לאמיר מטכס עצה זיין וואס מ'קען טאן אויפצולעבן דעם פארום.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 23:41 |
|
| |
איר שטעלט עפעס אזא סארט פני-תם, ווי כאילו איר ווייסט ניט דעם ריכטיקן אנטווארט אויף אייער פראגע?
איך וועל אייך מיט א שפאטיקן שמייכל ערקרעלן, אייער קלאמפערשטע אומפארשטענדליכע פראגע.
אין אנדערע ווערטער פרעגט איר אזוי: הלמאי, אייניקע יידיש ריידנדינקע יינגען, וועלעכע ווערן באצייכנט אין חז"ל - תינקת שלא נפתחו עיניהם, וואס מקור מחצבתם איז דאך נישט מער און נישט ווייניגער פון הייליקן וויליאמסבורג, הנקרא בלשונם בלע"ז "ירושלים דאמעריקע". ויהי היום די יינגען האבן זיך זעלבסט ערקלערט ווי רעכט דענקנדיקע טראכט פערזאנען, וואס כאילו דער מענטשליכער טראכט שאכטל, וועלכער איז באהאלטן אין זייער גלגולת אויפן אויבערשטן טייל פונעם געבוי, אויפן מין הנקרא אדם, ווערט ביי זיי גענוצט. (ולמען האמת, וואס פארא סארט טראכטונגען ס'ליגט 'באמת' באהאלטן דארט טיף טיף אינעם שאכטל, ווייסט דער איין איינציגער, און ווי ס'שיינט ווייסן מיר אויך אביסל... ).
וואס אן אמת'ן אריין, די דאזיקע וויליאמסבורגע יינגען, זיינען ניט מער און ניט ווייניגער א געשטעל פון איינפאכע מענטשליכע געזעלשאפטן, וועלכע האבן נאך אין זייער לעבן ניט גענוצט דעם מענטשליכן ארגאן וועלכער פאררופט זיך מח, מחשבה. מיט גרויסע האמערס און טשעוועקעס האבן זיי פארקלאפט דעם דאזיגן ארגאן! און געשטעלט ארום איר שומרים איבער שומרים, בכדי זיכער צו מאכן אז דער גרינער שימל ריח, וועלכער באוואקסט, אין און ארום, דעם ארגאן זאל ח"ו ניט אראפגעקראצט ווערן.
אלא ווא-דען? עס איז דאך פארט פארהאן דער 'ומותר האדם מן הבהמה'..., איז וואס טוט מען? יא, מען האט גענומען דעם דאזיגן ארגאן, וועלכער איז א ספעציעלע מתנה פון גרויסן ג-ט צו אונז מענטשן, וועלכע ווערן באצייכנט אלס דער מבחר הבריאה, און דאס אנגעפולט מיט... רח"ל.
אצינד פרעגן די דאזיקע יינגען: הלמאי, מיר האבן געעפנט א בלאג פון טראכטן אויף די יידישע שפראך, און ואין קול ואין עונה?
קינדער טייערע: הערט און פארשטייט, איר זענט ניט מער ווי וויליאמסבורגע קינדער, וועלכע האבן זיך ערקלערט אויפגעקלערטע ליטפישע טראכטערס! כא... כא... כא... WHATS A JOKE
זייט געוויסן: 1. איר אליין האט קיין מושג ניט וואס איר ווילט און וואס דאס הייסט חושבים, טראכטן! 2. די מערסטנסטייל יידיש ריידנדיקע האבן קיין אנונג ניט פון וואס איר ריידט. ביי זיי, און ביי אייך צוגלייך, קענען אזעלכע פורמים ניט קיין קיום האבן, ווייל עס ציט ניט זייער אינטערעסע...
שטיפט אייך צוריק אריין די נאז אין פאליטיק ושלום על המח, ער וועט ניט דארפן מער משוטט זיין אין אזעלכיגע בלאגס וועלכע איר פארשטייט מיטאמאל די אלף בית דערפון...
גענוג קלאר?
תוקן על ידי - service_03 - 10/05/2006 23:46:11
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 15:38 |
|
| |
דער פראבלעם ביי אונז וויליאמסבורג אידן איז נישט אז מיר האבן עפעס מער שימל ווי די מוחות אין
לעיקוואד אדער פלעטבוש, בארא פארק אדער ירושלים.
מיר האבן פשוט אויך א זשאב אינמיטן טאג, אנדערשט ווי די אנדערע יידישע הייד פארק פארום'ס וואס
זענען מייסטענס פאליטיק וואס דאס איז זייער זשאב. און די היברו פארום'ס וואס זענען ארץ
ישראל'דיגע אידן וואס ארבייטן נישט.
איך האלט אז מען זאל נישט שטיפן דעם וואגן, ס'וועט זיך פון צייט צו צייט אויפווקן איינער וואס
וועט פונקט נישט האבן קיין זשאב אין אביסל אונז באלייכטן די אויגן מיט דברי חכמה ותבונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 16:14 |
|
| |
סערוויס_03
יפה דברת, דער פורום איז ב"ה אויסגעשפילט און אזוי זאל עס בלייבן לחרפתם. איין זאך וויל איך דיר נאר פרעגן: צי איז די ארבעט פוןן די צעלן אינעם מענטשליכן טראכט שאכטל, וועלכע איז באהאלטן אינעם גלגלת אויפן אויבערשטן טייל פונעם געבוי, געוואנדן צי מען וואווינט אין וויליאמסבורג אדער לעיקוואד, צי גייט דאס טאקע לויטן געאגראפישן מאפע, איך האב מורא אז נישט (אויסער א"י ). דעריבער לייג נישט ארויף קיין ליילעכער אויף א שטאט, נאר ליבערשט אויף א גרופע מענטשן.
איר שרייבט: 2. די מערסטנסטייל יידיש ריידנדיקע האבן קיין אנונג ניט פון וואס איר ריידט. אויף דעם זאגן מיר: הודו לה' כי טוב . זאל דאס נאר טאקע אזוי בלייבן, אייערע פירער וואלטן זיך געוואונטשן אז עס זאל זיין אויך אזוי ביי ענק "ליטפישע טראכטער". וואו קומען ענק אן נאך די אלע גרובלענישן? אינעם זעלבן גרוב ווי די וויליאמסבורגער. יא, און לאמיר טאקע זען און באטראכטן די פראצענטן וואס פאלן אוועק פון די "גרויסע קעפ". דעריבער וואלט איך געזאגט , ענדערש אביסעלע פון די גרינע שימל אבער זיך האלטן אויפן אויסגעטראטענעם וועג, .
און צו רעדאקטאר:
אז דו האסט יא א דזשאב, גיי ארבעט. וואס זוכסטו מכשיל צו זיין תמימי לב, אויב האסטו די תאווה פון גרובן און זוכן, האסטו אן איבערפלוס וואו צו נישטערן און זוכן, דארפסט אבער נישט פרובירן מיטשלעפן ווי מער. לאז לעבן במנוחה ושלוות הנפש ווער עס וויל.
תוקן על ידי - allllways - 11/05/2006 16:37:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 19:16 |
|
| |
מיטן נישטערן און זיכן איז מען מכשיל אנדערע?
קודם איז די קשיא מוראדיג שווער געווען
אבער נאכן קוקן וואס דו טיסט אגאנצן טאג אויף הייד פארק פארשטיי איך שוין וואס דאס
מיינט מכשיל זיין אידן אין דיינע אויגן.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/search_user.asp?userid=272402
ווען מען קוקט וואס אביסל גרינע שימל קען אלץ אנמאכן כאפט טאקע א פחד.
תוקן על ידי - רעדאקטאר - 11/05/2006 19:31:25
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 08:07 |
|
| |
רעדאקטאר
קודם כל האסט עס נישט געדארפט נעמען אזוי פערזענליך. איך האב בלויז געוואלט קאמענטירן. אבער אז דו ווילסט , דאן לאמיך דיר זאגן קלארער וואס איך האב געמיינט.
כאב טאקע גענומען דיין מיטל, און געקוקט דיינע תגובות און אט דאס שטעלן זיי מיט זיך פאר. און אפילו איך לייג נישט די לינק ווייסט יעדער וויאוזוי צו קוקן - אויב איז נאך דא ווער ס'קוקט דא. מען זעט ווי ליידיג דו ביסט פון סיי וואסערע תוכן, דו רעדסט דא פון טאפיקס וואס מען זעט ווילסט עפעס אבער ווייסט אליינס נישט וואס פונקטליך, דערמאנסט יעדע מין זאך וואס האסט נאר אמאל געהערט אבער מ'זעט אז האסט קיין מושג וויאזוי מען עס דאס, צי איז דאס עוואלוציע, אדער הלכהדיגע זאכן, ווילסט נאר פרובירן צו רעדן פון גאט, אים פארשן און ווילסט אפילו וויסן און פארשטיין, ברוב תבונתך, וואס ער איז, וויאזוי ער איז און איך וויייס וואס נאך, אבער ניטאמאל איין ווארט וואס פעלט דערצו א ידיעה אדער א סברה האסטו ארויסגעברענגט ביי סיי וועלכען ענין .אדרבא קוק דיינע אשכולות און תגובות, אלעס האט זיך אפגעשטעלט ביי א'. אפילו ביי זאכן וואס מ'קען יא רעדן דערפון , זאכן וואס יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט, האסטו אויך פארפעלט, און אלעס נאך אלס דער הויכגעשעצטער רעדאקטאר.
און דאס האב איך דיר געמיינט צו זאגן , קיין אינפארמאציע ברענגסטו נישט דא, סאו מיינט דאס אז ווילסט פשוט וויסן , זוכן און נישטערן , ביסט א בעגינער, האב איך דיר גע'עצה'ט אז עס איז דא גענוג וואו צו קוקן, און סתם אנהויבן אשכולות פון גאט און להבדיל פון געשלעכט , און יעדער בר דעת ווייסט וואו עס קומט אן צוביסלעך, איז בעסער אז לאזט די סארט קרעטשמעס פאר אנדערע , אדער לאז נאר די נארמאלערע זאכן,.
איך בעט דיר שוין מחילה אויב כאמיך נישט גוט אויסגעדרוקט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 15:48 |
|
| |
סערוויס 03,
דיין וואולגארע אטאקע אויף די וויליאמסבורגער אידן איז איבערהויפט נישט אומפלאץ. צי ס'האט אין זיך א קורטוב אמת, איז כדאי צו ערווענען אין א באזונדערן אשכול מיט וועלכער איך בין דיר מכבד מיט פתיחה. אין א זייטן-נאטיץ, די דארפסט מודה זיין אז אין די עטליכע חדשים וואס אט-דער פארום עקזיסטירט, איז דא אויסגעשמועסט געווארן א שיינע צאל "טראכטנדיגע" ענינים. כ'האט דערווייל נישט מצליח געווען צו געפונען די פירות פונעם אויבערשטן חלק פון דיין מח-שארב.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|