| נשלח ב-28/5/2006 14:20 |
|
| |
עקידת יצחק; וואס איז די גדולה?
ווען דער באשעפער באווייזט זיך פאר מיר צו שחט'ן מיין קינד אדער אפילו מיך וואלט איך ווען זיך
צוריק געהאלטן איין סעקונדע, ער איז דאך מיין באשאפער ווייזט ער דאך וואס ער זאגט איז גוט פאר
מיר?
איז אלזא וואס איז די גדולה פון עקידת יצחק אז אברהם אבינו האט געפאלגט דעם באפעל פון שחט'ן
זיין קינד אויף א באפעל פון די באשעפער פון די וועלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2006 05:22 |
|
| |
טייערער שילעפיק. good question
הקב"ה איז דאמאלט נאכנישט געווען מפורסם און עסטעבלישט. אברהם האט איינגעזעהן אז עס מוז זיין א בורא און האט מסכים געווען צו ריזיקירן פאר דעם איינזעהניש זיין בעסטע און שענסטע אן קיין שום גאראנטי
דאס איז עפעס
עס איז אבער נאך אלץ א שאלה פון ווי ער האט געוויסט אז דאס איז ה'
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 18:05 |
|
| |
טייערער בליבא, שכוח פארן שרייבן אידיש, קענסטעך יא...
דער עיקר שאלה איז נישטא וויאזוי ער האט געוואוסט אז דער באשעפער רעדט צו אים, דאס איז דאך
נישט שייך צו באגרייפן די הייליגקייט פון די אבות און מיר וועלן דאס קיינמאל פארשטיין וויאזוי
א נביא אדער א מלאך קאמיוניקירט מיטן באשעפער.
אבער אזויפיל צו זעהן אז אהבת ה' קען גיין אויף אזוי ווייט ביז צו שחטן דאס אייגן קינד דאס
זעהט מען נישטא, ווייל אויב איך נעם אן אז ער האט געהערט דאס בפירוש פון הקב"ה, איז דאס נישט
אהבת ה' עס איז בלויז נארמאלקייט צו פאלגן דיין באשאפער.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 19:22 |
|
| |
א גוי וועט דאס נאר טוהן אויב ער גלייבט אז עס ווארט עם עפעס בעסערס דערנאך (מוסלמענער יוכיח), אויב נישט וועט ער זייין גרייט צו מאכן א בונד מיטן טייוול אין א רגע (איך רעד שוין פון א פאנאטישן גלויביגן גוי).
משא"כ "א איד", וועט זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין מיט א בלינדע מסירת נפש למען שמו ית' אפילו אויב ער ווייסט ווען בבירור אז עס וועט גארנישט פארדינען דערפון, און דעם כח קומט פון אונזערע עלטערן אברהם און יצחק, וואס מיט זייער מסירת נפש האבן זיי דאס איינעפלאנצט אין אונז זייערע קינדער (און כמובן נאר די בני ישראל זענען אין כלל זה ואכמ"ל)
און אלזא איז זייער פארשטענדליך וואס עס איז די געוואלדיגע גרויסקייט און חידוש פון עקידת יצחק אז אברהם אבינו האט געפאלגט צו שחט'ן זיין געליבט קינד בלינדערהייט אויפן באפעל פון די באשעפער פון די וועלט אן קיין שום חשבונות וואס ער גייט פארדינען דערפון ווי אויך יצחחק אבינו איז גרייט געווען אויסצושטרעקן זיין האלז בלינדערהייט אויפן באפעל פון די באשעפער פון די וועלט אן קיין שום חשבונות וואס ער גייט פארדינען דערפון.
אבער אזויפיל זעהט מען בפירוש יא דא אז די אבות האבן געהאט אזא שטארקע אהבת ה' למעלה משכל אנושי בלי שום יסוד מקודם, וואס איז געגאנגעו אויף אזוי ווייט ביז צו שחטן דאס אייגן קינד "אן קיין שום חשבונות" וואס ער גייט פארדינען דערפון, און אפילו ווען זיי האבן געוואוסט בבירור אז זיי וועלן וועט גארנישט פארדינען דערפון וואס כידוע איז דער שטן אים אנטקעגן געקומען מיט קראנטע און לאגישע ביאורים פארוואס ער זאל נישט פאלגן (שמעתי מאחורי הפרגוד וכו'), דאך האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון ממלא זיין דעם ציווי ה'
ווייל אפילו ער האט געהערט דאס בפירוש פון הקב"ה, איז דאס נישט בלויז נארמאלקייט צו פאלגן דעם באשעפער נאר אויב ער גלייבט אז עס ווארט עם עפעס בעסערס דערנאך, אדער ווייל ער האט א חשבון אז ער איז דאך מיין באשעפער ווייזט ער דאך וואס ער זאגט איז גוט פאר מיר
דער כח, וואס א איד האט היינט צוטאגס, זיך צו לאזן הארגענען און איז גרייט צו זיין צו שחט'ן זיין אייגן קינד פאר השי"ת, דאס קומט מכח די ירושה פון די אבות הקדושים וואס מיר האבן אריינגעבויעט מתולדה, און אוודאי היינט צוטאגס איז א יעדער איד גרייט אויף מסירת נפש למען שמו ית'
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2007 14:55 |
|
| |
לכבוד די פעקט,
דיינע ווערטער איז געבויט אויף דיין יסוד אז א גוי וואלט נישט דאס געטאן אויפן באפעל פון זיין בעשעפער. און דערנאך קומסטו צו א מסקנה אז דער איד יא.
ביטע ליין איבער די קשיא, און דערנאך ענטפער: אויב האט א באשאפער גערעדט צו זיין באשאפונג אז ער זאל דאס און דאס טאן, קען דאך נישט דער באשאפונג טאן פארקערט? מיר האבן דאך א באשאפער וואס ער האט אונז אויסגעשטעלט און בלויז ער פארשטייט וואס פאר אונז איז גוט און וואס מיר ברויכן טאן, וויאזוי קענען מיר וויסן בעסער?
אויב דיין תירוץ איז א מענטש גלייבט נישט אין באשעפער, איז די תירוץ נישט אין פלאץ ווייל לויט די תורה האט דאך די באשעפער זיך באוויזן צו אים איז נישט שייך יא גלייבן אדער נישט גלייבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2008 20:49 |
|
| |
די קשיא בלייבט טאקע אביסעל שווער.
איך וואלט געוואלט בעטן פון יעדער וואס ווייסט, זאל ביטע שרייבן, אז די קשיא זאל נישט בלייבן אומפארענטפערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 00:05 |
|
| |
קראנקע מענטשן! אז איינער זעהט די באשעפער זיך באווייזן צו עם און ער הייסט עם שחט'ען זיין קינד, זאל ער גיין צו א פסיכיאטער EMERGENCY!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 00:37 |
|
| |
מקודם א הקדמה.
ביי אונז יודען - די עם הנבחר, איז דא די מצוה פון אמונה, וואס דאס איז טאקע דער חז''ל 'בא חבקוק והעמידן על אחת 'וצדיק באמונתו יחי', אז מיטן גלייבן לעבט מען מיט ריכטיגע לעבהאפט.
און טאמער האבען מיר א קשיא, איז די בעסטע זאך ווען מ'וועט טרעפן א אויסגעהאלטענע תירוץ, אז כדי מיר זאלן זיין גרייט אויף די קומענדיגע קשיא, וואס מוז נישט זיין מיר וועלן וויסן די תירוץ, אבער דאס איז אונזער יסוד, 'אמונה' - נאך אלע חכמות זענען מיר גלויביגע יודען, אין באשעפער וואס איז גאר העכער פון אונזער פארשטאנד, און וויפיל מיר פארשטייען איז הכל ריווח, און וויפיל נישט, איז נאכמער ריווח - אז מיר ווייסן און גלייבן אז ס'איז פארהאנען גאר העכער'ס.
היינטיגע חדשות יוכיחו, אז וויפיל זאכן האבען מיר גארנישט פארשטאנען אמאל וויאזוי ס'קען עקסזיסטירן, און דאך! פליעט היינט עראפלאנען מיסעלס און וואס נישט, צום פונקטליכע ציל פונקט, און אז מיר וועלן דעגרינטעווען די וועגן פון דעם וועלן מיר שוין פארשטיין, און וויאזוי וויל מען מאכן א מסקנה, ווען מ'ווייסט נישט גרונטליך די יסודות העליונים?
אברהם און יצחק האבען נאכאלץ געוואלט זיך שעכטן פארן אייבירשטן, אפי' נאכן באפעל פון באשעפער - אז ניין. וואס קען מען דערויף ענטפערן? נאר וואס דען, מיר האבען אין אזעלכע מענטשן וואס זענען געווען דבוק אין אלקות, אויכעט א קנאפע השגה. ווען זיי האבען געהאט זייערע השגות און הויעכקייטן, וואס מ'קען נישט וויסן אויב מ'ווייסט נישט זייערע חשבונות.
אבער ווי דער בעל שם הק' האט געזאגט, אז נאך אלע מדריגות גלייב איך ווי א נאר! מיינט דאס אמת'ע מסירות נפש, ער געבט אוועק די 'נפש' און וויל נישט טראכטן אז מ'נארט עהם אפ, נאר ער גלייבט מיט א געוואגטע פעולה, אז ער לאזט זיך אפילו אוועקנעמען די נפש, אויב דאס איז די רצון. און וויל אנקומען צום חיי נצח - צוזיין נאנט אין גן עדן מיטן אייבירשטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:26 |
|
| |
ישר כח ר' מנשה, פאר אייערע טיפע 'געדאנקן'.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 18:36 |
|
| |
ר' טייטלמאן, דער באשעפער האט זיך באוויזען צו גוים אויך, אזויווי בלעם.
און דער באשעפער האט גענוג וועגן צו מאכן אז דער מענטש זאל גלייבן, אזויווי מאכן סימנים וכדומה.
|
|
|
|
|