| נשלח ב-22/3/2006 19:40 |
|
| |
קאנסיטוציע
פארשלאג פאר קאנסיטיטוציע
איך לייג דא פאר די ערשטע סקעטש פונעם קאנסטיטוציע, וואס יעדער וועט קענען זאגן זיינע דעות
אויף דעם. איינס פאר די לעצטע החלטה וועט זיין לויט די דעת הציבור, און נאכדעם וויפיל די
מנהלים זענען מסכים צו נעמען אויף זייערע פלייצעס.
ברוכים הבאים צו אונזער נייע פארום האלט דא טראכט מען.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ אז מען זאל דא קענען
אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. "מיט א טיפערן טראכט".
צו שרייבן דא דארף מען א רשות כתיבה כדי דאס זאל נישט ווערן אנגעפירקלט מיט תגובות וואס זענען
קעגן די תקנות הפורום.
עס טאר נישט געשריבן ווערן איבער א נושא וואס עס שטערט פאר סיי וועמען וואס איז שוין א מעמבער
אינעם פארום, און האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות.
נאכן שרייבן צוואנציג נארמאלע תגובות האט מען די רעכט זיך צו באקלאגן אויף א נושא אז עס איז
נישט לויט זיין געשמאק. אויב די מנהלים וועלן באשליסן אז דער איד רעדט צום זאך, ער האט א
ערנסטע סיבה פארוואס עס זאל אים באדערן, דאן וועט מען נישט טארן ווייטער רעדן וועגן די נושא.
אבער מען וועט נישט אפמעקן אלטע זאכן וואס זענען געשריבן געווארן בעפאר דער אנקלאגער האט
געהאלטן ביי 20 תגובות.
די תקנה איז באזירט אויף קרוגערייען וואס וואלטן זיך געמאכט פון פארשידענע קרייזן איינער מיטן
צווייטן, דער וועט טענה'ן אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און דער וועט זאגן אז לויט זיינע
מנהיגים איז דאס נישט אויסגעהאלטן. א זאך וואס קאסט אסאך קאפוויי צו קאנטראלירן.
א מעמבער וואס פארלאנגט 'אפצומעקן' א תגובה דארף איבערצייגן אז די תגובה אדער נושא איז נגד
תורתינו הקדושה וחכז"ל, און די מנהלים וועלן עס דן זיין.
עס איז נישטא דא קיין אנדערע מטרה בלויז להגדיל תורה ולהאדירה דעריבער דארף מען זיך באציען
מיטן גרעסטן מאס רעספעקט כלפי יעדעם.
עד כאן.
ווער עס האט עפעס צוצולייגן זאל נעמען די גאנצע דרשה און קאפיען און צולייגן וואס ער וויל. די
צוגעלייגטע ווערטער זאלן זיין רויט.
אויב וויל מען אויסמעקן, זאל מען מאכן די אויסגעמעקטע ווערטער בלוי. (אויב מעגליך א קליינע סייז).
אין די צוויי שעה וואס די פארום איז אפן האבן מיר שוין באקומען חיזוק פון אלע זייטן. דעריבער
לאמיר עס מאכן קורץ און שארף כדי אז דער פארום זאל קענען אריינגיין אין קראפט ווי שנעלער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 20:36 |
|
| |
אויך אויב זענט איר גענצליך צופרידן פונעם קאנסטיטוציע שרייבט עס אריין. פשוט עס פעלט זיך
אויס צו וויסן וואו מען האלט.
לשאלת הרבים וואס זענען נישט קיין מעמבערס אין בחדרי חרדים משפחה אידיש: דער ניק טראכט איז א
באקאנטער ניק מיט א ערליכע און ריינע היסטאריע. ער האט געטוישט זיין ניק דא פאר זיין
באקוועמלעכקייט צו קענען אנפירן דעם פארום.
אויך מיין אלטע ניק איז באקאנט פאר אלע מעמבערס פון בחחמ"א. און די ניק דעת ותבונה האב איך
אויך געמאכט ספעציעל פאר דעם פארום.
דער פארום האט גארנישט מיט בחדרי חרדים משפחה אידיש נאר דארט איז פשוט געבוירן געווארן דעם
רעיון פון עפענען דעם פארום.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 22:37 |
|
| |
התאחדות:
זייער יושר'דיג און אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2006 22:40 |
|
| |
אקעי מיינע סברות, איך האלט אז איינער וואס האט שוין געשריבן אין בחחמ"א זאל ווערן פאררעכנט פאר אן אלטער מעמבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:11 |
|
| |
ברוכים הבאים צו אונזער נייע פארום האלט דא טראכט מען.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ אז מען זאל דא קענען
אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. "מיט א טיפערן טראכט".
צו שרייבן דא דארף מען א רשות כתיבה כדי דאס זאל נישט ווערן אנגעפירקלט מיט תגובות וואס זענען
קעגן די תקנות הפורום.
עס טאר נישט געשריבן ווערן איבער א נושא וואס עס שטערט פאר סיי וועמען וואס איז שוין א מעמבער
אינעם פארום, און האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות.
נאכן שרייבן צוואנציג נארמאלע תגובות האט מען די רעכט זיך צו באקלאגן אויף א נושא אז עס איז
נישט לויט זיין געשמאק. אויב די מנהלים וועלן באשליסן אז דער איד רעדט צום זאך, ער האט א
ערנסטע סיבה פארוואס עס זאל אים באדערן, דאן וועט מען נישט טארן ווייטער רעדן וועגן די נושא.
אבער מען וועט נישט אפמעקן אלטע זאכן וואס זענען געשריבן געווארן בעפאר דער אנקלאגער האט
געהאלטן ביי 20 תגובות.
זאכן וואס זענען געבויט אויף געפילן, ער טענהט אז עס מעג יא געשריבן ווערן, און ער
טענהט אז נישט, איז שווער צו זאגן כללים פון פאראויס, אבער באופן כללי דארף זיין לכל הפחות
פיר מענטשן מיט די זעלבע דעה אז מען זאל קענען סטאפן דעם נושא אדער אפמעקן.
זאכן וואס זענען נישט געבויט אויף געפילן נאר אויף פאקטן גייט אריין אינעם גדר פון זאכן וואס
מען מוז זיך רעכענן דערמיט. למשל ער ברענגט אראפ א ספר אדער גדול "וואס גדולים זענען
ארויסגעקומען קעגן אים מיט דעם פרט וואס ווערט אראפגעברענגט". אדער ער שרייבט א דעה וואס
גדולים האבן געהאלטן בפירוש דערקעגן.
אין די גדר גדול אדער צדיק וואס מען דארף זיך רעכענען, גייט אריין א גדול וואס אפילו בלויז
איין מעמבער -וואס האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות- האלט פון אים.
עס מוז באטאנט ווערן אז דעריבער איז נישטא קיין תקנות לכתחלה וואס מען מעג יא און וואס נישט,
ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן לכתחלה. די ריכטיגע וועג איז אז מען רעכנט זיך 'מיט' וואס
און 'פאר'וואס עס באדערט פאר אנדערע.
די תקנה איז באזירט אויף קרוגערייען וואס וואלטן זיך געמאכט פון פארשידענע קרייזן איינער מיטן
צווייטן, דער וועט טענה'ן אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און דער וועט זאגן אז לויט זיינע
מנהיגים איז דאס נישט אויסגעהאלטן. א זאך וואס קאסט אסאך קאפוויי צו קאנטראלירן.
א מעמבער וואס פארלאנגט 'אפצומעקן' א תגובה דארף איבערצייגן אז די תגובה אדער נושא איז נגד
תורתינו הקדושה וחכז"ל, און די מנהלים וועלן עס דן זיין.
עס איז נישטא דא קיין אנדערע מטרה בלויז להגדיל תורה ולהאדירה דעריבער דארף מען זיך באציען
מיטן גרעסטן מאס רעספעקט כלפי יעדעם.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:14 |
|
| |
טאגליכט די מיינסט עס ערנסט?
אויב יא דארף מען זען וואס דער עולם האלט. איך האלט אז די ביסט נישט גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:52 |
|
| |
איך ווינטש אייך אסאך הצלחה מיט דעם נייעם פארום, און א באזונדערע ברכה ווינטש איך אייך אז איר זאלט נישט אנקומען צו דער 'ניווא' פון דעם פארום וועמען איר אימפלענטירט צו קאפירן, דען יענער פארום איז פול מיט ריין כפירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 03:34 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב איינער האט באמערקט, אבער בהשגחה פרטית האט מען צוגעפירט אז די פורום זאל זיך גרינדן פונקט איין טאג נאכדעם וואס איך האב פארמאכט מיין פורום "ידיעות" וואס האט אייגנטליך געהאט דעם זעלבן ציהל, להגדיל תורה ולהאדירה. וויל איך דא טאקע מוסר מודעה זיין, אז איך בין דא אלס א גאסט, נאר - מיטן אייבערשטן'ס הילף - להשתקע! (אויב די מנהלים וועלן מיר געבן רשות כתיבה).
וועל איך טאקע אויך פרובירן אריינווארפן מיינע צוויי פענגא'ס אין דעם קאנסטוטוציע:
פארשלאג פאר קאנסיטיטוציע
איך לייג דא פאר די ערשטע סקעטש פונעם קאנסטיטוציע, וואס יעדער וועט קענען זאגן זיינע דעות אויף דעם. איינס פאר די לעצטע החלטה וועט זיין לויט די דעת הציבור, און נאכדעם וויפיל די מנהלים זענען מסכים צו נעמען אויף זייערע פלייצעס.
ברוכים הבאים צו אונזער נייע פארום האלט דא טראכט מען.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ אז מען זאל דא קענען אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. "מיט א טיפערן טראכט". איך וואלט געווען רואיגער ווען עס הייסט נישט "א טיפערע טראכט", היינטיגע צייטן קומט זיך גרויס קרעדיט פאר מענטשן וואס "טראכטן" בכלל...
צו שרייבן דא דארף מען א רשות כתיבה כדי דאס זאל נישט ווערן אנגעפירקלט מיט תגובות וואס זענען קעגן די תקנות הפורום.
עס טאר נישט געשריבן ווערן איבער א נושא וואס עס שטערט פאר סיי וועמען וואס איז שוין א מעמבער אינעם פארום, און האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות.
נאכן שרייבן צוואנציג נארמאלע תגובות האט מען די רעכט זיך צו באקלאגן אויף א נושא אז עס איז נישט לויט זיין געשמאק. אויב די מנהלים וועלן באשליסן אז דער איד רעדט צום זאך, ער האט א ערנסטע סיבה פארוואס עס זאל אים באדערן, דאן וועט מען נישט טארן ווייטער רעדן וועגן די נושא. אבער מען וועט נישט אפמעקן אלטע זאכן וואס זענען געשריבן געווארן בעפאר דער אנקלאגער האט געהאלטן ביי 20 תגובות.
די תקנה איז באזירט אויף קרוגערייען וואס וואלטן זיך געמאכט פון פארשידענע קרייזן איינער מיטן צווייטן, דער וועט טענה'ן אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און דער וועט זאגן אז לויט זיינע מנהיגים איז דאס נישט אויסגעהאלטן. א זאך וואס קאסט אסאך קאפוויי צו קאנטראלירן.
א מעמבער וואס פארלאנגט 'אפצומעקן' א תגובה דארף איבערצייגן אז די תגובה אדער נושא איז נגד תורתינו הקדושה וחכז"ל, און די מנהלים וועלן עס דן זיין.
עס איז נישטא דא קיין אנדערע מטרה בלויז להגדיל תורה ולהאדירה דעריבער דארף מען זיך באציען מיטן גרעסטן מאס רעספעקט כלפי יעדעם. כדי מיטגלידער זאלן האבן די פולע רעספעקט פאר זייערע קאלעגעס, וואלט געווען א געוואלדיגע עצה אז ניק'ס וואס מענטשן נוצן פאר קאנטרעווערסיאלע טעמעס (פאליטיק, שטותים, וכדומה) זאלן דאהי אריינקומען מיט א פרישע אדער א נייטראלע ניק. עד כאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 03:58 |
|
| |
ברוכים הבאים צו אונזער נייע פארום 'האלט דא טראכט מען'.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ אז מען זאל דא קענען
אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. מיט נוצען די מחשבה.
רשות כתיבה
צו שרייבן דא דארף מען א רשות כתיבה כדי דאס זאל נישט ווערן אנגעפירקלט מיט תגובות וואס זענען
קעגן די תקנות הפורום.
נושאים וועלכע שטערט פאר אנדערע מעמבערס
עס טאר נישט געשריבן ווערן איבער א נושא וואס עס שטערט פאר סיי וועמען וואס איז שוין א מעמבער
אינעם פארום, און האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות.
נאכן שרייבן צוואנציג נארמאלע תגובות האט מען די רעכט זיך צו באקלאגן אויף א נושא אז עס איז
נישט לויט זיין געשמאק. אויב די מנהלים וועלן באשליסן אז דער איד רעדט צום זאך, ער האט א
ערנסטע סיבה פארוואס עס זאל אים באדערן, דאן וועט מען נישט טארן ווייטער רעדן וועגן די נושא.
אבער מען וועט נישט אפמעקן אלטע זאכן וואס זענען געשריבן געווארן בעפאר דער אנקלאגער האט
געהאלטן ביי 20 תגובות.
זאכן וואס זענען געבויט אויף געפילן, ער טענהט אז עס מעג יא געשריבן ווערן, און ער
טענהט אז נישט, איז שווער צו זאגן כללים פון פאראויס, אבער באופן כללי דארף זיין לכל הפחות
פיר מענטשן מיט די זעלבע דעה אז מען זאל קענען סטאפן דעם נושא אדער אפמעקן.
זאכן וואס זענען נישט געבויט אויף געפילן נאר אויף פאקטן גייט אריין אינעם גדר פון זאכן וואס
מען מוז זיך רעכענן דערמיט. למשל ער ברענגט אראפ א ספר אדער גדול "וואס גדולים זענען
ארויסגעקומען קעגן אים מיט דעם פרט וואס ווערט אראפגעברענגט". אדער ער שרייבט א דעה וואס
גדולים האבן געהאלטן בפירוש דערקעגן.
אין די גדר גדול אדער צדיק וואס מען דארף זיך רעכענען, גייט אריין א גדול וואס אפילו בלויז
איין מעמבער -וואס האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות- האלט פון אים.
עס מוז באטאנט ווערן אז דעריבער איז נישטא קיין תקנות לכתחלה וואס מען מעג יא און וואס נישט,
ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן לכתחלה. די ריכטיגע וועג איז אז מען רעכנט זיך 'מיט' וואס
און 'פאר'וואס עס באדערט פאר אנדערע.
דאס אלעס איז באזירט אויף קרוגערייען וואס וואלטן זיך געמאכט פון פארשידענע
קרייזן איינער מיטן צווייטן, דער וועט טענה'ן אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און דער וועט זאגן
אז לויט זיינע
מנהיגים איז דאס נישט אויסגעהאלטן. א זאך וואס קאסט אסאך קאפוויי צו קאנטראלירן.
א מעמבער וואס פארלאנגט 'אפצומעקן' א תגובה דארף איבערצייגן אז די תגובה אדער נושא איז נגד
תורתינו הקדושה וחכז"ל, און די מנהלים וועלן עס דן זיין.
הבהרה וועגן נושאים וועלכע בארירן די יסודות פון אידישקייט
אנדערש ווי דער פארום עצור כאן חושבים (וואס די נאמען איז ארגינעל נאכקאפירט געווארן פון
דארט) וועט דא נישט אקצעפטירט ווערן סיי וועלכע תגובה וועלכע באציט זיך מיט קשיות ספיקות וכ"ש
זלזול איבער די אנגענומענע שיטת האמונה וואס הצדיקים תלמידי הבעש"ט זצ"ל האבן געלעבט דערמיט.
נישט בעניני אמונה און נישט סיי וועלכע אנדערע ענין וואס הצדיקים הנ"ל האבן אנגענומען אלץ די
יסודות פאר אידישקייט!
מיטן נאמען 'האלט דא טראכט מען' איז געווען די כוונה בלויז צו דעם 'רעיון' פון אויסשמועסן
ענינים וואס פארלאנגט זיך מער ערקלערונג. אבער נישט צו נאכצומאכן אנדערע פארומס.
רעספעקט צו יעדעם
עס איז נישטא דא קיין אנדערע מטרה בלויז להגדיל תורה ולהאדירה דעריבער דארף מען זיך באציען
מיטן גרעסטן מאס רעספעקט כלפי יעדעם.
כדי מיטגלידער זאלן האבן די פולע רעספעקט פאר זייערע קאלעגעס, וואלט געווען א געוואלדיגע עצה
אז ניק'ס וואס מענטשן נוצן פאר קאנטרעווערסיאלע טעמעס (פאליטיק, שטותים, וכדומה) זאלן דאהי
אריינקומען מיט א פרישע אדער א נייטראלע ניק.
עד כאן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 01:04 |
|
| |
ברוכים הבאים צו אונזער נייע פארום 'האלט דא טראכט מען'.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ אז מען זאל דא קענען אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. מיט נוצען די מחשבה.
רשות כתיבה צו שרייבן דא דארף מען א רשות כתיבה כדי דאס זאל נישט ווערן אנגעפירקלט מיט תגובות וואס זענען קעגן די תקנות הפורום.
נושאים וועלכע שטערט פאר אנדערע מעמבערס עס טאר נישט געשריבן ווערן איבער א נושא וואס עס שטערט פאר סיי וועמען וואס איז שוין א מעמבער אינעם פארום, און האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות.
נאכן שרייבן צוואנציג נארמאלע תגובות האט מען די רעכט זיך צו באקלאגן אויף א נושא אז עס איז נישט לויט זיין געשמאק. אויב די מנהלים וועלן באשליסן אז דער איד רעדט צום זאך, ער האט א ערנסטע סיבה פארוואס עס זאל אים באדערן, דאן וועט מען נישט טארן ווייטער רעדן וועגן די נושא. אבער מען וועט נישט אפמעקן אלטע זאכן וואס זענען געשריבן געווארן בעפאר דער אנקלאגער האט געהאלטן ביי 20 תגובות.
זאכן וואס זענען געבויט אויף געפילן, ער טענהט אז עס מעג יא געשריבן ווערן, און ער טענהט אז נישט, איז שווער צו זאגן כללים פון פאראויס, אבער באופן כללי דארף זיין לכל הפחות פיר מענטשן מיט די זעלבע דעה אז מען זאל קענען סטאפן דעם נושא אדער אפמעקן.
זאכן וואס זענען נישט געבויט אויף געפילן נאר אויף פאקטן גייט אריין אינעם גדר פון זאכן וואס מען מוז זיך רעכענן דערמיט. למשל ער ברענגט אראפ א ספר אדער גדול "וואס גדולים זענען ארויסגעקומען קעגן אים מיט דעם פרט וואס ווערט אראפגעברענגט". אדער ער שרייבט א דעה וואס גדולים האבן געהאלטן בפירוש דערקעגן.
אין די גדר גדול אדער צדיק וואס מען דארף זיך רעכענען, גייט אריין א גדול וואס אפילו בלויז איין מעמבער -וואס האט שוין געשריבן 20 נארמאלע תגובות- האלט פון אים.
עס מוז באטאנט ווערן אז דעריבער איז נישטא קיין תקנות לכתחלה וואס מען מעג יא און וואס נישט, ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן לכתחלה. די ריכטיגע וועג איז אז מען רעכנט זיך 'מיט' וואס און 'פאר'וואס עס באדערט פאר אנדערע.
דאס אלעס איז באזירט אויף קרוגערייען וואס וואלטן זיך געמאכט פון פארשידענע קרייזן איינער מיטן צווייטן, דער וועט טענה'ן אז דאס איז נישט אויסגעהאלטן, און דער וועט זאגן אז לויט זיינע מנהיגים איז דאס נישט אויסגעהאלטן. א זאך וואס קאסט אסאך קאפוויי צו קאנטראלירן.
א מעמבער וואס פארלאנגט 'אפצומעקן' א תגובה דארף איבערצייגן אז די תגובה אדער נושא איז נגד תורתינו הקדושה וחכז"ל, און די מנהלים וועלן עס דן זיין.
הבהרה וועגן נושאים וועלכע בארירן די יסודות פון אידישקייט אנדערש ווי דער פארום עצור כאן חושבים (וואס די נאמען איז ארגינעל נאכקאפירט געווארן פון דארט) וועט דא נישט אקצעפטירט ווערן סיי וועלכע תגובה וועלכע באציט זיך מיט קשיות ספיקות וכ"ש זלזול איבער די אנגענומענע שיטת האמונה וואס הצדיקים תלמידי הבעש"ט זצ"ל האבן געלעבט דערמיט. נישט בעניני אמונה און נישט סיי וועלכע אנדערע ענין וואס הצדיקים הנ"ל האבן אנגענומען אלץ די יסודות פאר אידישקייט!
מיטן נאמען 'האלט דא טראכט מען' איז געווען די כוונה בלויז צו דעם 'רעיון' פון אויסשמועסן ענינים וואס פארלאנגט זיך מער ערקלערונג. אבער נישט צו נאכצומאכן אנדערע פארומס.
שרייבן תגובות עס איז נישטא דא קיין אנדערע מטרה בלויז להגדיל תורה ולהאדירה דעריבער דארף מען זיך באציען מיטן גרעסטן מאס רעספעקט כלפי יעדעם.
קיין שום הלכות טארן נישט ווערן געפסקנט דא בתורת פסק, ווען איינער ברענגט אראפ א הלכה מוז ער צושרייבן די מקור דערצו.
כדי מיטגלידער זאלן האבן די פולע רעספעקט פאר זייערע קאלעגעס, וואלט געווען א געוואלדיגע עצה אז ניק'ס וואס מענטשן נוצן פאר קאנטרעווערסיאלע טעמעס (פאליטיק, שטותים, וכדומה) זאלן דאהי אריינקומען מיט א פרישע אדער א נייטראלע ניק.
עד כאן.
 |
|
|
|
|
|