| נשלח ב-23/3/2006 04:58 |
|
| |
די הלכה ווען איינער טוט אן ר"ת תפילן פאר רש"י?
די הלכה ווען איינער טוט אן ר"ת תפילן פאר רש"י? איך האב שוין אפאר מאל געהאט די שאלה דארף מען מאכן א ברכה אויף די רש"י?? ס'איז דא א ווארט אז איינער? האט א מאל געזאגט אז יעדע איד וועט א מאל מאכן א ברכה אויף ר"ת תפילן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 00:15 |
|
| |
אויב טוט מען עס באלד אהן זאל מען נישט מאכן נאך א ברכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 00:33 |
|
| |
התאחדות די כוונה איז נישט דא צו פרעגן ווייל מען ווייסט אז דא דרייען זיך דיינים. פון וואו
זאל מען וויסן אז די ביסט טאקע מוסמך אלץ דיין?
עס איז נישט מער ווי יושר אז אנשטאט פסקנען הלכות זאל מען צוצייכענען וואס מען געפינט אין די
פוסקים מיט מקורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 06:43 |
|
| |
זיצנדיג אויפן פרייען גוגעל-טאלק טעלעפאן יעצט ביינאכט - ליל ששי - מיט הרב התאחדות שליט"א - וואס ער איז שוין היינט באקאנט מיט זיינע ברייט-פארצווייגטע ידיעות אין הלכה, איז אויפגעקומען בתוך הדברים אט דעם נושא.
האט מיר דער חשוב'ער התאחדות געזאגט אז ער האט זיך לכאורה טועה געווען מיט דעם אויבערשטן פסק הלכה, ווייל ער האט גערעדט פון איינעם וואס טוט געווענליך אן די תפילין דרש"י ור"ת אינאיינעם, וואס דאן פסק'נט דער דברי חיים טאקע אז מען ברויך נישט איבערמאכן די ברכה אויפן רש"י, ווייל מען האט אינזין געהאט בשעת די ברכה אויף ביידע תפילין'ס. משא"כ איינער וואס לייגט געווענליך צוערשט רש"י און הערשט דערנאך רבינו תם, ברויך לכאורה יא איבערמאכן א ברכה אויף די רש"י תפילין.
וזה לשון הבן איש חי (שנה ראשונה פרשת וירא סימן כ"ד) מי שדרכו ללבוש של רש"י ור"ת ביחד, וטעה ולקח תחלה של ר"ת והניחו ובירך עליו, וכשבא ליטול השני הרגיש שטעה ובריך על של ר"ת, יקשור תפילין של רש"י בלא ברכה על סמך הברכה שבירך על ר"ת, מפני שההוא דרכו כל יום ללבוש שניהם יחד ודעתו בברכה על שניהם, שהיה גם של רש"י מונח לפניו בשעת הברכה ודעתו ללבשו, כ"כ בשו"ת דברי חיים ביו"ד בסוף תשובתו בסי' פ"ב יע"ש ונכון הוא, מיהו אם זה דרכו ללבוש תפילין של רש"י בלבד, ולקח תפילין של ר"ת בטעות בחשבו שהוא של רש"י ובירך עליו, ואח"כ נודע לו שלקח ר"ת ובירך עליו, הנה זה צריך לברך עוד הפעם כשלובש של רש"י עכ"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 07:07 |
|
| |
לפי זכרוני זאגט נישט די ד"ח א חילוק אין דעם, מיין אוצר החכמה איז דאון יעצט. ועוד חזון למועד.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 07:43 |
|
| |
מר קרעמער
דער בן איש חי רעדט מפורש נישט פון איינער וואס לייגט געווענליך צוערשט רש"י תפילין און דאן רבינו תם תפילין, אזא איינער איז לכאורה מיט גארנישט אנדערש ווי דער וואס לייגט זיי ביידע "אינאיינעם", ווייל פאקטיש האט ער דאך אינזין ביי די ערשטע ברכה אויף ביידע פאר תפילין'ס (יא יא, הלואי זאל מען אינזין האבן עפעס בכלל).
ואתך הסליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 16:00 |
|
| |
קען מען אפשר לויט רב קרעמער מאכן א חילק אויב איינער טוט אן אייביג גראד נאך רש"י די ר"ת אין איינער וואס טוט אן די ר"ת נאכמיטוג.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 19:22 |
|
| |
די נושא איז א אלטע און אויסגעדראשענע, אין אונזערע קרייזן פסק'נען די מורי הוראה אז מ'זאל נישט איבערמאכן קיין ברכה, וויבאלד מיר האבן אנגענומען - לויטן אריז"ל - אז ר"ת איז געהעריגע תפילין.
אין ס' שולחן מלכים (כלל ט' ?) אויפן קיצור שולחן ערוך ברענגט ער אז עס איז מקובל אז יעדער איד וועט כאטש איינמאל אין לעבן מאכן די ברכה אויף די תפילין דר"ת, עיי"ש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:10 |
|
| |
די מימרא שטאמט פון שינאווא רב זצ"ל, אובער עס איז גילטיג נאר איינמאל, אפשר האט דיך רבינו תם
זייער ליב, אבער אויב עס געשעט אפט, דארף מען זיך צו מאכן א סימן אז ס'זאל נישט געשען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 19:34 |
|
| |
די שאלה איז א מחלוקת הפוסקים, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם, אלע דעות זענען גיברענגט און "מאסף לכל המחנות" סי' כ"ה אין סי' לד.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 23:44 |
|
| |
רעדנדיג אויף גוגל מיט א חבר, האט ער מיר אויפגעמערקט אז איך האב געמאכט א טעות מיט מיין פסק איבער די ר"ת תפילין, זאג איך איהם אז נישט, זאגט ער מיר אז אזוי ליגט איהם אין זכרון.
כדי שלא תצא תקלה מתח"י וויל איך קלאר מאכן וואס דא האט פאסירט.
יאך האב געשריבן אז מ'דארף נישט מאכן נאכאמאל א ברכה, און באקומענדיג דעם פסק פון דעת ותבונה, -וואס איך געב איהם די פולע רעכט דערפאר-, האב איך רעדענדיג מיט קרעמער איהם געזאגט די מראה מקום, און איך האב איהם געזאגט אויב איז דארט מוסכם אנדערש שרייב אז איך האב זיך טועה געווען, און ברוך השם איך שעהם זיך נישט דערמיט, אין אדם עומד על דבר הלכה אלא אם כן נכשל בו, אבער ידידי הרב קרעמער אגב חורפיה משבשתא, האט ער געמיינט אז איך האב זיך טועה געווען, איז כדי שלא יצא מכשול, האט דאס גלייך אריינגעלייגט מיט די לשון פון בן איש חי, און איך טוה זיך באדאנקן פאר איהם.
אבער היות ווי יעדער זעהט (און איך האב דאס אויך באמערקט, נאר היות אנדערע האבן שוין מגיב געווען האב איך נישט געשפירט פאר וויכטיג מגיב צו זיין), איז דער בן איש חי א שטארקע מקור לדברי, און ווי אויך די מקור וואס שעפסל האט אנגעוויזן, איז פאר מיר באקאנט, אבער איך וויל פאר איהם מעיר זיין אז מיר פסק'ענען אנדערש וואו די וואס האלטן אז מ'דארף נאכאמאל מאכן א ברכה, (אויב איך וועל האבן מער צייט צו מעיין זיין וועל איך מער מאריך זיין בדבור).
בכל אופן אז סימאכט זיך אזא זאך ביי א איד, (סיז מיר גראדע אויסגעקומען לעצטענס אפאר מאל אז מ'האט מיר אנגעפרעגט איבער דעם), זאל מען טוישן די תפילין גלייך און נישט מאכן נאכאמאל א ברכה.
 |
|
|
|
|
|