איך שטים פולקאם צו מיט אלעם וואס איז געזאגט געווארן אין דעם אשכול. יעדער דא ווייסט מיינע מיינונגען אין געוויסע א.ג. "פאליטישע" טעמעס, אבער לדעתי העני' זע איך נישט אז דאס זאל זיין א שטער פאר מיר צו כאפן א אנגענעמען שמועס אין אפאר ליידיגע מינוט מיט סיי וועמען עס לאזט זיך. אויב איך קען אין ביהמ"ד רואיג רעדן מיט די קארפען קעפ פונעם צד שכנגד איבער אלעם אין דער וועלט, פארוואס זאל דא זיין אנדערש ?! אדרבא, עס איז שוין די העכסטע צייט אז פאליטישע מיינונגען זאלן נישט אפעקטירן פערזענליכע באציאונגען. אפשר זאל דער פארום טאקע דינען ווי א גוטער אנהייב ?
|