בית פורומים שיעור עיון

שייכות פון זכירת יציאת מצרים צו קרי"ש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2006 18:00 לינק ישיר 
שייכות פון זכירת יציאת מצרים צו קרי"ש

פארוואס איז מען נישט יוצא די מצוה פון קרי"ש אן זאגן די פרשה פון ויאמר?

וואספארא שייכות האט בעצם די פרשה פון ויאמר מיט קריאת שמע?

דאס וואס ווערט אנגערופען קריאת שמע, איז כידוע דריי באזונדערע פרשות אין די תורה, עס איז א
מחלוקת צו בלויז די ערשטע פסוק, צו אויך די פרשה פון ואהבת איז מה"ת, און עס איז דא וואס זאגן
אז אלעס ביז ויאמר איז מה"ת.

מען לערנט ארויס פונעם פסוק 'והיו הדברים האלה על לבבך וגו', ודברת בם וגו' ובשכבך ובקומך" אז
מען דארף ליינען די צוויי פרשיות צופרי און ביינאכט.

דאס אלעס איז דברים ידועים דא האט איר די תניא דערויף
http://books.chabadlibrary.org/admur_hazoken/shulchan_oruch/orach_chaim/kerech_alef/058.htm

פרשת ויאמר איז לכולי עלמא א דרבנן -כ'רעד פון עס זאגן צוזאמען מיט קריאת שמע. מזכיר זיין
יציאת מצרים יעדן טאג איז א דאורייתא. (און פאר ווער עס ווייסט נאכנישט, שש זכירות איז טייטש
'זעקס דערמאנונגען' און נישט 'געדענקונגען' מען דארף עס זאגן בפה!) די רבנן האבן בלויז עס
צוזאמענגעשטעלט מיט קריאת שמע

http://books.chabadlibrary.org/admur_hazoken/shulchan_oruch/orach_chaim/kerech_alef/067.htm

איך וויל וויסן אביסל מער איבער דעם נושא, נישט אז איך האב שוין ארומגעזוכט און נישט געפינען,
נאר פשוט איך האלט יעצט פון אנהויב. וואס איז די פשט און וואו איז די מקור דערפון אז מען מוז
עס דווקא ליינען צוזאמען מיט קריאת שמע אויף אזוי ווייט אז אויב האט מען עס נישט געזאגט האט
מען נישט יוצא געווען?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 18:40 לינק ישיר 

טרוקענע גמרות ווייסטו אויך, אבער פאר די וואס ווייסן נישט:

ברכות י"ב ע"ב
פרשת ציצית מפני מה קבעוה, א"ר יהודה בר חביבא מפני שיש בה חמשה (ששה) דברים, מצות ציצית, יציאת מצרים, עול מצות, ודעת מינים, הרהור עבירה, והרהור ע"ז ע"כ.

פאר א ביאור וואס יציאת מצרים האט מיט קריאת שמע, זעה אין רמב"ן הק' סוף פרשת בא, לכאורה וועט דיר דאס פארענטפערט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > שייכות פון זכירת יציאת מצרים צו קרי"ש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext