| נשלח ב-27/3/2006 18:48 |
|
| |
יכולים לטהר את השרץ בק"נ טעמים
א איד האט מיר נעכטן מעורר געווען אויף זייער א אינטעסראנטע נושא, איך וויל עס דא דורכשמועסן.
די גמרא אין עירובין זאגט אזוי:
תנא: 'תלמיד ותיק היה ביבנה שהיה מטהר את השרץ במאה וחמשים טעמים';
אמר רבינא: אני אדון ואטהרנו: ומה נחש - שממית (אדם ובהמה) ומרבה טומאה (ומביא טומאה בעולם) –
[הוא עצמו] טהור (כשמת, דהא שמונה שרצים כתיבי), שרץ - שאין ממית ומרבה טומאה - לא כל שכן!
ולא היא: מעשה קוץ בעלמא קעביד.
דאס הייסט אז ער קען מטהר זיין את השרץ בק"נ טעמים.
אין זייער אסאך פלעצער אין חז"ל טרעפן מיר אזא מושג אז די תורה איז רחבה מני ים, און מען קען
אריינלערנען גאר גאר אסאך פשטים אין יעדעס ענין.
די מחלוקת פון תנאים ואמוראים איז אויך אויף דעם מהלך.
אין די זעלבע גמרא שטייט:
אמר רבי אבא אמר שמואל: שלש שנים נחלקו בית שמאי ובית הלל, הללו אומרים הלכה כמותנו והללו
אומרים הלכה כמותנו; יצאה בת קול ואמרה "אלו ואלו דברי אלקים חיים הן, והלכה כבית הלל".
אזא באגריף געפינען מיר אויך אין חגיגה דף ג: "מה נטיעה זו פרה ורבה אף דברי תורה פרין ורבין".
יעצט איז אזוי, זעה מיר דאך אז באמת קען מען מטהר זיין את השרץ בקנ טעמים, כאטש אין די גמרא
זאגט ער עס נישט אליבא דדינא, אבער מען קען! דער מציאות איז אז דער תורה הקדושה איז געבויט
פון אזויפיל כללים, און מען קען מדמה זיין מילתא למילתא עד אין שיעור.
ווערט דאך זייער שווער א קושיא עצומה, וויאזוי ווייסט מען צו מען איז מכווין לאמיתה של
תורה??? אויף יעדע הלכה קען מען דאך זאגן אנדערש!
אט הערט א מסכת סופרים (פט"ז מ"ה) "אילו נתנה התורה חתוכה [אלעס ערקלערט אפן אן קיין ספיקות]
לא הייתה עמידת רגלים למורה - שיורה, שאם טמא - יש מטמאין כיוצא בו, ואם טהור - יש מטהרין
כיוצא בו".
דאס הייסט קליפ און קלאר אז עס וואלט מער נישט אויסגעפעלט קיין מורי הוראה! דעריבער האט מען
געלאזט א מקום להתגדר כדי אז תורה זאל בליען. אז יעדע תלמיד חכם זאל קענען דן זיין אין די תורה.
מיר האבן א תירוץ אז עס פעלט זיך אויס סייעתא דשמיא צו קענען פסקנען לאמיתה של תורה. אבער צו
וועט מען זאגן אז די גאנצע תורה איז געגעבן געווארן אויף דעם סמך? אזויווי איינער קומט ארויס
מיט א איסור קען איך דאך די זעלבע ארויסקומען מיט א היתר, וואס וועט יענער טענהן אז ער האט
סייעתא דשמיא?
טענהט יענער לכבוד דעם קשיא, אז די ווארט איז צו מען האט א שטיקל נגיעה צום פסק הלכה. די בית
שמאי און בית הלל האט יעדער געוואוסט אז זיי האבן נישט קיין שום נגיעה און זיי מיינען בלויז
לכבוד שמים דעריבער איז אלו ואלו דברי אלקים חיים. עס האט זיך גערעדט פון שרפי אש וואס קיינער
איז נישט מסופק געווען אין זייער מאטיוו.
די זעלבע יעדעס מאל וואס מען פסקנט א הלכה מוז עס זיין גענצליך ריין פון נגיעות! א שטיקעלע
נגיעה איז שוין אפגעפרעגט, ווייל תורה לא בשמים הוא און עס איז זייער פשוט אז אין די רגע וואס
די מאכסט אפ אין מחשבה אז די ווילסט ליבערשט דן זיין לקולא אדער לחומרא צוליב א נגיעה
'וועסטו' צום סוף אנקומען צו דעם פסק וואס די ווילסט.
די שטערקסטע ראיה דערצו איז דאס וואס דער תורה האט געאסרט צו נעמען שוחד, כי השוחד יעוור עיני
חכמים, מען רעדט נישט פון ארויסגעבן א פסק נגד התורה, ווייל ווי קומט אריין דא עיוור? דא רעדט
מען פון פסקנן א פסק מיט א נגיעה!
אָן שוחד האט יעצט דער דיין צוויי ריינע צדדים, ער 'קען' למעשה אנקומען צו ביידע, אין די רגע
וואס ער וועט האבן דאס מינדעסטע נגיעה אנצוקומען צו איין צד וועט זיין מח שוין לויפן אהין,
און ער 'וועט' אנקומען!
יעצט איז מיין שאלה, וויפיל הייסט א נגיעה?
כח דהיתרא עדיף הייסט אויך א נגיעה? דער דיין וויל פסקנען להיתרא ווייל ער וויל צייגן זיין
כח, ער וויל מען זאל רעדן פון אים אז ער איז א מעכטיגע דיין (דאס מיינט כחא דהיתרא עדיף) אויב
אזוי טאר ער שוין נישט פסקנן... און ווידער אויב וויל ער פסקנען לאיסורא כדי דירעקט נישט צו
נייגן להיתרא, מיטן ציל לכווין אל האמת, איז דאך ווייטער נישט גוט....
אויב אזוי וועט אויסקומען אז ווען איינער פרעגט א דיין א שאלה מוז עס דער דיין האבן דורכגעטון
פון פארדעם אן קיין שום צדדים. איי דאן איז דאך אויך שייך כחא דהיתרא עדיף?
און אויב א זון קומט פרעגן א שאלה פון א טאטן א דיין, איז שוין ווייטער נישט גוט.
???????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 19:57 |
|
| |
דאס איז בכלל נישט אויסגעהאלטן, והא ראיה א דיין מעג פסק'ענען זיינע אייגענע שטוב שאלות (נדה כ' ע"ב, תוד"ה כל), און איזהו תלמיד חכם הרואה טריפה לעצמו (חולין מ"ד ע"ב), זעהן מיר אז פסקי הלכות ווענדן זיך גארנישט אין נגיעות [אויסער ביי דיני תורות, דארט געפונט מען יא פסולי עדות, פסול לדון, שוחד, אזוי אויך כל נגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו און כל הנדרים אדם מתיר חוץ מנדרי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)].
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 20:08 |
|
| |
איך האב נישט געקלערט דערפון.
אבער אויב אזוי איז דאך הדרה קושיא לדוכתי', ווער זאגט אז מען איז מכווין לאמיתה של תורה ווען
מען קען למעשה פסקנען וויאזוי מען וויל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 20:44 |
|
| |
דאס איז קלאר, אז מ'קען נישט זאגין וואס מ'וויל, יעדער זאך הן להיתר והן לאיסור דארף זיין אויסגיארבעט לויט די ראשונים ואחרונים, דער כח ההכרעה באקומט א מענטש מיט דעם וואס ער ווערט א מוסמך להוראה דורך א פריערדיג'ן מוסמך.
וואס איז דער גורם אז איינער זאל מכריע זיין להיתר און דער אנדערער לאיסור, ווערט מבואר אין מהר"ל באריכות אבער איך גידענק יעצט נישט דעם גענויען ארט ווי ער שרייבט דאס, אבער דער קאמארנער שרייבט באריכות און "שלחן הטהור" סי' לד א ביאור אויף אלו ואלו דברי א"ח און דארט איז ער דאס מסביר בטוב טעם ודעת.
***************
אין דעם עיקר הדבר פון דעם תלמיד שידע לטהר את השרץ בק"ן טעמים, א, תוס' אליין פרעגט שוין, וואס איז די גרויסקייט פון דעם וואס קען מאכין פלפולים של הבל.
דער "שם משמואל" (פרשת מצורע שנת תרע"ו) איז מסביר דעם ענין אויף א הערליכן אויפן, ומחמת חביבות הדברים ברענג איך עס אראפ כלשונו:
"ונראה בטעמו של דבר דהנה ידוע שמפאת עירוב טו"ר אי אפשר שימצא דבר שיהי' כולו טוב או כולו רע אלא הכל בתערובת, ומ"מ כמו שהעולם נידון אחר רובו, כן בדברים האסורין והמותרין נדונין אחר הרוב שבהם, ובדברים המותרים הרוב הוא חלקי ההיתר ומיעוטי חלקי הרע בטלין ברוב החלקים של היתר, ובדברים האסורים הוא להיפוך שרבו בהן חלקי האיסור על חלקי ההיתר וחלקי האיסור גוברין.
וזהו הענין דבש"ס סנהדרין (י"ז.) אמר ר"י אמר רב אין מושיבין בסנהדרין אלא מי שיודע לטהר את השרץ מן התורה, ובתוס' וקשה לר"ת דמה לנו בחריפות של הבל לטהר שרץ שהתורה טמאתו. אך לפי דרכנו יש לומר דהנה בש"ס עירובין (י"ג ע"ב) תלמיד הי' לר"מ וסומכוס שמו שהי' אומר על כל דבר ודבר של טומאה ארבעים ושמונה טעמי טומאה ועל כל דבו ודבר של טהרה ארבעים ושמונה טעמי טהרה, תנא תלמיד ותיק הי' ביבנה שהי' מטהר את השרץ במאה וחמשים טעמים.
ונראה לפרש דטעמי טומאה הם מקבילים לחלקי רע וטומאה שבו וסומכוס הי' מוצא בו במספר ארבעים ושמונה ניצוצי טומאה ע"כ עלה בידו גם עפ"י נגלה מ"ח טעמים, וכן נמי על דבר של טהרה הי' מוצא בו מ"ח ניצוצי טהרה, ע"כ עלה בידו גם עפ"י נגלה מ"ח טעמי טהרה, כבזוה"ק (ח"ג רמ"ד ע"ב) דהתלמוד עפ"י הסוד סדרו אותו ועפ"י שנים עדים יקום דבר הנגלה והנסתר. וכן נמי אותו תלמיד ותיק שהי' מטהר את השרץ במאה וחמשים טעמים, היינו שמצא בו במספר מאה וחמשים ניצוצי טהרה, ומ"מ איננו אומר שמותר, כי לעומת ניצוצי טהרה יש בו ניצוצי טומאה מרובין מהם. וזה עצמו הענין שאין מושיבין בסנהדרין אלא מי שיודע לטהר את השרץ מן התורה, היינו שיודע למצוא חלקי טהרה שבו, אבל לא סוף דבר שיטהרנו לגמרי שהרי לעומתם מוצא חלקי טומאה מרובים מהם, ואולי ראיתי פי' זה באיזה ספר:"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 06:11 |
|
| |
שעפסל
איך האב פאר דיר נייעס.... סמיכה האט זיך שוין א לאנגע צייט צירוק גע'ענדיקט. לפי די מקדימים, איז דאס שוין געווען פאר די חתימת הבבלי, אין די צייטן פון רבי הלל, דער בעל מסדר פון די לוח אונזערע. לפי די מאחרים, איז דאס אנגעגאנגען אין ארץ ישראל עכ"פ ביז די קרייץ ציגלער.
פאר א אינטערעסאנטע שמועס אין דער נושא, קוקט דא: http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/hatkufa/mishpat-4.htm
----------------------------------------
דעת ותבונה,
איך פארשטיי באמת נישט די פראבלעם.
למעשה האט דאך דער מענטש א מיינונג אין וועלכע מהלך ער נעמט אן בדעתו אז דאס איז אמת. איז אזוי טאקע זאל ער טון. נאר ווי אזוי דען? ווי דער מהלך וואס ער פארשטייט בדעתו אז דאס איז נישט אמת?
לדעתי, ווערט א מענטש נישט נידון אויף טון א זאך וואס ער האלט אז ס'איז ריכטיג, לפי די כלים וואס ער פארמאגט.
אגב, ביי אחינו בני הישיבות איז באקאנט, אז די עיקר אויף טו פון זיך פלאגן אין לערנען, איז אויס לערנען די מוח נישט צו זיין פויל, און ממילא קענען טראכן מיט אמת'ער מהלכים, אנע פאפן זיך אין יענעם.
תוקן על ידי - תרשיש - 28/03/2006 6:12:58
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 10:28 |
|
| |
ר' תרשיש ידידי, זיי מדייק וועסטו זעהן אז איך האב גירעדט פון א מוסמך להוראה איך האב נישט גיערעדט פון די סמיכה פון אמאהל, און דאס איז קלאר אז ווער ס'באקומט היתר הוראה האט סייעתא דשמיא און ווער ס'פאסקנט אהן היתר הוראה האט דאס נישט.
|
|
|
|
|