בית פורומים שיעור עיון

וועלכע אל ארך אפים זאגט מען מאנטאג און דאנערשטאג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 23:03 לינק ישיר 
וועלכע אל ארך אפים זאגט מען מאנטאג און דאנערשטאג

וועלכע אל ארך אפים זאגט מען מאנטאג און דאנערשטאג די נוסך פולין אדער אשכנז? איך האב מיר איינגעפירט אז ווענד זיך ווי מיינע אויגן לויפן די ערשט דאס זאג איך. 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 01:11 לינק ישיר 

לכאורה באלאנגט דאס אין דעם דערנעבנדיגן אשכול פון "ספרדים" "אשכנזים" אדער "איטאליענער".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 05:39 לינק ישיר 

אין געוויסע קהילות בישראל פירן זיי זיך, צו זאגן ביידע. נא, וואס קען שוין שאטן נאך א תפלה?

די מקור פון די חילוק איז באקאנט (איך געדענק נישט יעצט די מקור), אז אין אשכנז, איז געווען צרות בשעה וואס אין פולין איז נאך געווען שלום.

דעריבער, האבן זיי אין אשכנז געזאגט, "אל נא באפך תוכיחנו", און "והושיענו מכל רע". וואס דאס איז א לשון פון איינער וואס איז שוין אין א צרה.

משא"כ אין פולין, איז דער נוסח "(אל תסתר פניך ממנו)", און "והצילנו מכל רע", וואס דאס איז א לשון פון איינער וואס זעט א צרה פון די ווייט אבער איז נאך נישט דערין.

ואולי איז פארדעם "אל תסתר פניך ממנו" ארום גערינגלט, ווייל דאס געהערט נישט באמת צו אזא מצב?

איך געדענק האבן געזען ערגעץ אין איינער פון די מחזורים, אז די נוסח פון די ארך אפים'ס  איז מכוון לויט די מספר התיבות. איז דאס אפשר די מקור פון דער צוגעלייגטע נוסח אפילו ס'שטימט נישט מיט די ארגינעלע כוונה?

לפי זה, קען זיין די כוונה פון די בעלי הנוסח אונזערע, וואס האבן געלאזט ביידע נוסחאות אין סידור, כדי א איד זאל קענען בוחר זיין אין די נוסח וואס איז מער פאסיג פאר זיין מצב. צו אין זיין פריוואטע לעבן, צו ביי כלל ישראל, צו ביי זיין מקום ווי ער וואינט.

-----------------------------------------

אגב, האב איך אמאל געהערט א גלייך ווערטל אויף די שינוי הנסחאות פון ארך אפים'ס.

ווי באקאנט, איז ביי די יעקישע אידן איינגעפירט א שטרענגע דיסיפלין אין ביזנעס, ווי ס'לאזט זיך כמעט זאגן, אז ער בעט נאר דעם רבוש"ע, ער זאל נישט קאליע מאכן.... דערפאר זאגט ער "אל באפך תוכיחנו"...

היבש אנדערש ווי ביי די חסידים יוצאי פולין, וואס פון די שווערסטע פאכן וואס איז נאר פארהאן ביי זיי, איז בוך האלטעריי.... און די פחד פון באקראטירן שטייט טעגליך אויף די קאפ. און אוי רבוש"ע "אל תסתר פניך ממנו"..... נעם נישט אוועק די אויג קיין רגע.... כיה"ר.



תוקן על ידי - תרשיש - 28/03/2006 6:23:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 05:48 לינק ישיר 

זאגן ביידע נוסחאות צינעזאם איז - לדעתי - א שטייגער ווי זאגן סלח לנו אבינו כי חטאנו, מחל לנו מלכנו כי פשענו, "כי מוחל וסולח כי אל טוב וסלח אתה".

אדער א שטייגער ווי אתה חונן לאדם דעת ומלמד לאנוש בינה, חננו מאתך "דעה בינה והשכל, חכמה בינה ודעת".

אדער "והעלה ארוכה ומרפא לכל תחלואינו ולכל מכאובינו ולכל מכותינו, רפואה שלימה לכל מכותינו".

ווי דער באקאנטער ווערטל לויטעט: יוסיף דעת יוסיף מכאוב...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 17:28 לינק ישיר 

אין באבאווער סידור ווערט געברענגט פין יעב"ץ צו זאגען ביידען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 18:05 לינק ישיר 

יישר כח באראפארקער פאר די מראה מקום

דא האט איר דעם לשון היעב"ץ בסידורו:

בנוסח א-ל ארך אפים דלעיל (נוסח אשכנז) יש כ"ד תיבות, כנגד כ"ד צירופי שם א-ד-נ-י, ובנוסח הזה (נוסח פולין) כ"ו תיבות, כנגד מספר שם הוי', לכן צריך לומר שניהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > וועלכע אל ארך אפים זאגט מען מאנטאג און דאנערשטאג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext