בית פורומים שיעור עיון

דארף מען זאגן "מגיד רחץ" ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 04:27 לינק ישיר 
דארף מען זאגן "מגיד רחץ" ?

ערגעץ האב איך אמאל געזען, אז די וועלט מאכט א טעות מיטן זאגן "מגיד רחצה", צוליב די פאלגנדע סיבה.

לויט אונזער סדר קומט עס אזוי, קדש ורחץ, כרפס יחץ. א גראם. מגיד רחצה, מוציא מצה. א גראם. מרור כורך, שולחן עורך. א גראם. צפון ברך, און יעצט ?! הלל נרצה ?! עס שטימט דאך נישט מיט די תנועה ?!

זאגט יענער אז עס קומט באמת אזוי, און אזוי געפינט זיך עס אין די אור-אלטע הגדות. קדש ורחץ, כרפס יחץ, מגיד רחץ. דערנאך ענדיגט זיך די שורה מיט מוציא מצה. דאן איז מרור כורך, שולחן עורך, צפון ברך. און דא גראמט מיט פריער הלל נרצה.

דאס איז אזוי:

קדש ורחץ, כרפס יחץ, מגיד רחץ, מוציא מצה.
מרור כורך, שולחן עורך, צפון ברך, הלל נרצה.

אפשר קען איינער פון די חשוב'ע חברים מיר העלפן עס טרעפן ?!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 06:11 לינק ישיר 

אין די הגדה פין אמשטרדם תע"ב שטייט נישט ווי די זאגסט. עס איז דא א באשרייבונג פין יערי אויף הגדות מען דארף דארט געבען א קוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 22:48 לינק ישיר 

בא ללמד, געוואלדיג!, איך האב שוין געהערט פונעם נוסח אבער נישט פון דעם רעיון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 01:22 לינק ישיר 

הודעה פון שירעם:

אזוי שטייט אין די הגדה בית אברהם - בית אהרן וואס איז דערמאנט אינ'ם אנדרען אשכול.

ער שרייבט אויך אז די נוסח האט ער געזען ערגעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2006 00:52 לינק ישיר 

תיקון טעות, דער בית אברהם ברענגט אראפ דעם נוסח און דעם רעיון פון א ספר 'תיקון תפלה', און לויט דעם פארענטפערט ער נאך א קשיא, לכאורה פארוואס זאגט מען מוציא? די גמרא אין ברכות איז דן צו מ'זאגט מוציא אדער המוציא, און ס'בלייבט אז מ'זאגט המוציא, דארף מען דאך ווען ביים סדר אויך זאגן המוציא.

אבער לויט די אויבענדערמאנטע רעיון שטימט עס זייער גוט, ס'איז געשטאנען רחץ המוציא, און די מדפיס האט געמאכט א טעות ער האט גענומען די ה' פון המוציא און עס געלייגט צו רחץ איז געווארן רחצה, אבער אין אמת'ן קומט עס רחץ המוציא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2006 08:07 לינק ישיר 


און פע"ח שער המצות פ"ז, ווערט געברענגט א כוונה ע"פ קבלה צו זאגן דוקא "רחצה" מיט א לשון נקבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > דארף מען זאגן "מגיד רחץ" ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext