בית פורומים שיעור עיון

בחנוני נא בזאת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 18:28 לינק ישיר 
בחנוני נא בזאת

שלום לכם אהובים יקרים!

דער פורום רופט זיך טאקע "שיעור עיון", אבער עס איז נישט מער ווי יושר אז מען זאל דא אריינווארפן אביסל גרינגערע זאכן, אינטערסאנטע ידיעות און ענינים וואס פארווארפן זיך אין די הייליגע תורה.

דער דאזיגער אשכול וועט גיין בדרך שאלות ותשובות, [אויף ענגליש וואלט זיך דאס גערופן "טריוויע"], פארהערן דעם עולם אין ידיעות התורה. איך האף אז עס וועט זיין לתועלת להגדיל תורה ולהאדירה (ישעי' מ"ב, כ"א, תוספות ב"ק ב' ע"א), ובבחינת קנאת סופרים תרבה חכמה (ב"ב כ"א ע"א, כ"ב ע"א), תלמידי חכמים (?) המחדדין זה לזה...(שבת ס"ג ע"א). ורבה נמי לחדודי לאביי הוא דבעי (ברכות ל"ג ע"ב).

איך וועל אנהייבן מיט דריי שאלות, און ווער עס וועט ענטפערן אויף רוב פון די שאלות (סך הכל: 2..) וועט האבן די געלעגנהייט ווייטער צו פרעגן (אויב ער וויל).

דער שואל ווערט געבעטן צו לייגן נאר שאלות צו וואס ער אליין ווייסט דעם תירוץ, אזוי ארום וועט ער דאס קענען פארענטפערן אויב קיינער מעלדט זיך נישט ביז א טאג צוויי.

עס איז דירעקט באזירט אויף ידיעות, און נישט אויף הלכות, ביטע זיך האלטן צו די פארשריפטן.

איז יעדער מסכים צו די פארשלאגע?

אלרייט - שתיקה כהודאה - איך וועל ביז אייניגע מינוטן ארויפלייגן די ערשטע דריי שאלות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 18:35 לינק ישיר 

1. וועלכע מסכתא אין ש"ס האט אויף זייער אסאך פלעצער א "לישנא אחרינא" אין די גמרא (רש"י שרייבט דארט אז די לישנא אחרינא זענען פון ירושלמי)?

2. וויאזוי האט געהייסן אביי'ס פאטער?

3. וואו שרייבט תוספות אז עס איז א סכנה צו טרינקן וואסער נאכן עסן פיש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 21:15 לינק ישיר 

1. תמורה 2. זעה גיטין לד, שטייט אז רב בר נחמני האט אים אויף געצויגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2006 00:03 לינק ישיר 

באראפארקער

(1. זייער גוט
2. מעג זיין בעסער)

די תשובות אויף שאלה 2 און 3

2) כייליל (זבחים קי"ח ע"ב רש"י ד"ה חד ברא).
3) תוספות מועד קטן י"א ע"א.

היות קיינער האט זיך נישט אנגערופן אויסער באראפארקער, בין איך מכבד באראפארקער צו פרעגן די צווייטע סעריע שאלות (אויב ער וויל).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 22:08 לינק ישיר 

היות עס איז שוין אדורך א לענגערע צייט, און "באראפארקער" האט זיך נישט אנגערופן, וויל איך אנפרעגן דעם עולם אויב זיי זענען מסכים אז איך זאל אליין ווייטער ציען דעם קייט (איך האב דאך נישט געגרינדעט דעם אשכול מיטן ציהל אז עס זאל אראפפארן און באגראבן ווערן אויפן ערשטן בלעטל פונעם פורום, אין אנדערע פורומים איז אזא סארט אשכול גאר גוט גייענד, פארוואס זאלן מיר נישט קענען ציען דעם שמועס, פרעגן און ענטפערן אויף ידיעות בכל מקצועות התורה?).

מה דעתכם בזה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 23:57 לינק ישיר 

אוודאי אוודאי, זיי ממשיך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 00:29 לינק ישיר 

וואס איז די פראגע?

און ווייל איך בין נישט דער גרויסער ת"ח וואס איז בקי בכל מכמני התורה און דעריבער קען איך נישט אלעס ענטפערן איז מיר עס נישט אינטערעסאנט?

שרייב שרייב, דער עולם האט הנאה פון דיר.

איך האב זיך שוין געזארגט פארוואס מען זעט דיר נישט אין ביהמ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 16:07 לינק ישיר 

בחנוני נא בזאת #2

1. וועלכע ספר אין נ"ך איז די פירוש "רש"י" נישט פון רש"י ז"ל?

2. וועלכע מסכתא/ות אין ש"ס איז די פירוש "רש"י" נישט פון רש"י ז"ל?

3. וועלכע מסכתא אין ש"ס איז די תוספות נישט געשריבן געווארן דורך די געווענליכע בעלי התוספות, נאר עטוואס שפעטערדיגע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 08:19 לינק ישיר 

2. בבא בתרא. א חלק מכות, און נאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 15:22 לינק ישיר 

בא ללמד.

יישר כח פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן אויף די בחינה, אבער איך האב עפעס אנדערש געמיינט צו פרעגן אין די צווייטע שאלה.

די פירוש רש"י אויף בבא בתרא און מכות זענען געשריבן געווארן דורך רש"י אליין, נאר רש"י איז נפטר געווארן אינמיטן מפרש זיין (סוף מכות און אינמיטן חזקת הבתים), איך רעד פון מסכתות וואס די פירוש "רש"י" אויף די גאנצע מסכתא איז נישט פון רבינו שלמה יצחקי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 16:02 לינק ישיר 

אויב דו ווילסט אננעמען אלע שיטות אין דעם ענין איז דער פירש"י אויף די פאלגנדע מסכתות, "תענית", "נדרים", "נזיר", "תמורה", און "מעילה" נישט פון רש"י. אזוי אויך פרק חלק אין סנהדרין, חלקים פון מס' זבחים מנחות און בכורות, נישט פון אים. איך פערזענליך בין יא גענויגט אנצונעמען אז די אלע מסכתות איז פון רש"י אליין, אויסער ב"ב פון דף כ"ט און ווייטער וואס איז פון זיין אייניקל דער רשב"ם, ווי עס איז אריינגעדרוקט אין די גמ', און מכות פון דף כ' וואס איז פון זיין איידעם דער ריב"ן. אויך "מועד קטן" איז לכאו' נישט פון רש"י. ווען זיין פירוש אויף תנ"ך, דוכט זיך מיר אז דער פי' אויף דברי הימים איז נישט פון רש"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2006 16:43 לינק ישיר 

לאמיר שרייבן די ענטפערס וואס איך האב ביי מיר אפגעשריבן, און דאן וועל איך איבערגעבן דעם כבוד פאר בא ללמד וועלכער האט געענטפערט (בכלל..) און גוט געענטפערט אויף רוב שאלות, צו פרעגן די קומענדיגע סעריע שאלות.

1. דברי הימים (זעה אין תוספות יומא ט' ע"א אונטן אז די תלמידים פון רב סעדיה גאון האבן דאס געשריבן, און ערגעץ אין דברי הימים שרייבן זיי א פירוש בשם רש"י). [אין סדר הדורות שטייט אויך אז די פירוש ספר איוב האט געשריבן א תלמיד פון רש"י, אבער דער חיד"א איז נישט מסכים דערצו אין שם הגדולים].

2. מסכת תענית (זעה מהר"ץ חיות און אנדערע מפרשים בסוף הגמרא), מסכת נזיר (גליון הש"ס נזיר ב' ע"א בשם החיד"א).

3. מסכת תענית (יעב"ץ תענית ב' ע"א בשם בית יוסף טור אורח חיים, ער שרייבט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך אן אחרון מאד).

יעמוד יעמוד "בא ללמד", איך ווארט שוין צו זען דיינע שאלות!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 20:58 לינק ישיר 

מעולם לא עברתי על דברי חבריי... 1) ווער שרייבט די פאלגנדע ווערטער: "ואני לא היה לי לא רב ולא עוזר בכל הבנין הזה אלא כמו שהראוני מן השמים" ? 2) וועלכער סימן אין שולחן ערוך שטייט נישט גארנישט דערין ? 3) וואו ווערט דער רמב"ם דערמאנט אין תוספות ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 00:25 לינק ישיר 

1) דאס שרייבט רש"י ערגעץ אין יחזקאל איך געדענק נישט וואו. 3) כתובות דף פו עמוד א ד"ה לאשה, מנחות דף מב עמוד ב ד"ה תפילין. די צווייטע ווייס איך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 17:33 לינק ישיר 

דעת ותבונה - A1. די רש"י איז אין יחזקאל מב, ג. דער סימן אין שו"ע אין חו"מ סי' ק"פ, דער מחבר שרייבט אז געוויסע דיני נדרים ווערן נתבאר אין יו"ד סי' רל"ד. ועתה כבד אכבדך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 18:49 לינק ישיר 

איך האב פרובירט צו מאכן א סירטש אויף די ווערטער פון רש"י, און בשום אופן נישט געקענט געפונען... יעצט זעה איך אז עס שטייט מיט שטרעכעלעך... ואנ"י ל"א הי"ה ל"י וכו'...

דעת ותבונה: דער עולם ווארט אויף די פרישע סעריע שאלות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > בחנוני נא בזאת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext