| נשלח ב-29/3/2006 18:35 |
|
| |
נשתנו הטבעיים
אויף די המלצה פון בארא פארקער עפן איך דעם אשכול.
זייער אסאך זאכן אין חז"ל געפינען מיר וואס זענען קעגן די היינטיגע מציאות. אין די ספרים
ווערט עס אנגערופען "נשתנו הטבעיים". כאטש אויף נישט אלעס איז די תירוץ אז נשתנו הטבעיים
ווערט אבער דער סוגיא אנגערופען אזוי.
לגבי אסטראנאמיע איז פארהאן א ספר מיטן נאמען השמים מספרים וואס ער איז מבאר כמין חומר אז
אלעס אין די דברי חז"ל שטימט מיט די היינטיגע אויסגעטראפענע.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 18:37 |
|
| |
בעיקר געפונט מען דאס ביי רפואות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 18:53 |
|
| |
א קלייניגקייט וואס איך דערמאן זיך: אין רמב"ן על התורה (בראשית ה, ד) איז ער מבאר אז נאך די
מבול איז די לופט אינגאנצען געטוישט געווארן, דעריבער לעבן מענטשן אסאך ווייניגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 21:17 |
|
| |
דער מלבי"ם שרייבט אז ביז די מבול איז די גאנצע וועלט געווען אויף קו המשווה און פארדעם איז
געווען אנדער טבעים. (געלעבט לענגער אאזוו.)
אבער ער רעדט פון נשתנו הטבעים פון זמן הגמרא.
ס'נישט נאר אין רפואות נאר אויך וועגען שיעורים, כזית, כביצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2006 02:10 |
|
| |
א קנאקעדיגע טעמע, וואס דארף פארנעמען פיל מער ווי דריי תגובות אין אן אשכול, נישט פאר פסח
פארשטייט זיך.
וועגן די רפואות שטייט שוין פון די פריערדיגע, מהרש"ל דוכט זיך, אז עס איז אסור אויסצופרובירן
די רפואות פון חז"ל וויבאלד עס זענען נשתנה געווארן די טבעיים און די רפואות וועלן נישט העלפן
וועט מען קומען צו לייקענען אין די דברי חז"ל (צעביסלעך, פארשטייט זיך...), אויסער די רפואה
פאר א פיש ביין וואס איז שטעקן געבליבן אין האלז, וואס חז"ל זאגן אין מס' שבת אז מ'זאל זאגן
"חד חד נחית בלע, בלע נחית חד חד".
[עס איז באקאנט די מעשה אז דער קדושת יו"ט האט אמאל געזאגט פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די
יונגע יארן, ווען ער האט זיך באקלאגט אז די קאפ טוט אים וויי, אז "חש בראשו יעסוק בתורה",
אבער דער רבי האט אים געענטפערט אז היינטיגע צייטן טאר מען נישט אויספרובירן די רפואות פון
חז"ל...].
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2006 08:18 |
|
| |
בא;
איך האב לעצטנס געלערנט די גמ' אין שבת (סז.) און באמערקט אז די "חד חד" לחש איז געזאגט געווארן אויף אנדערע עצמות, ביי פיש ביינער איז דא דארט א באזונדערע לחש, עיין שם.
חג כשר ושמח, אויף ווידערזען אי"ה ביתר שאת ועז נאך יום טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2006 15:37 |
|
| |
אויף דעם וואס נאכן מבול לעבט מען ווייניגער, איז אינטערעסאנט צוצוגעבן אז אין די מיטל אלטער יארן האט מען געלעבט פיל א קורצערן לעבן ווי היינט. א מענטש פון פערציג יאר האט שוין געקענט הייסן א זקן. היינט לעבט מען מער אדאנק די פילע מעדעצינען אדער אפשר איז שוין די לופט קלארער געווארן...
|
|
|
|
|