..זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ! און יעצט?
...זיצן מיר אלע אנגעלאנט... טאטע לעבן, איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ!
און יעצט?
ווער ס'האט שוין געהאט די זכי' צו פירן דעם סדר, ווייסט פון א פראבלעם, און דאס איז: צווישן עבדים היינו און לכפר על כל חטאתינו. קינדער קענען נישט זיין לאנגווייליג, אנהייב איז אלעס אינטערעסאנט, די קיטל, קידוש, ורחץ כרפס יחץ, ווען מ'טוט עפעס וועלן זיי מיטלעבן. אבער שפעטער דארט ווי עס הייבט זיך אן די חיוב פון פשוט "והגדת לבנך", מ'זאגט מ'רעדט, דארט דארף מען זיי כאפן.
לאמיר אויסנוצן די מעלה פון הייד-פארק לטובה, און זיך ארויסגעבן וואס מ'קען אלטס טוהן דערצו. זאכן וואס האלטן די קינדער "מיט אפענע מיילער" צווישן עבדים היינו און לכפר על כל חטאתינו.
ראשית, האבן מיר די גמרא, "כדאי שישאלו התינוקת". און לוח דבר בעתו האב איך געזעהן בשם (?) אז ער האט געגעסן פאר כרפס "בנענאס"! יא, "כדאי שיאלו התינוקת.
א. בשעת מ'טוט יעדע ריר, דארף מען זעהן אריינצוכאפן אינמיטן די פעולות, אויך דעם "והגדתם". לדוגמא: ביים אראפטראפן פונעם בעכער ביי די מכות. ביים טייטלן אויף מצה זו, מרור זה.
ב. צונעמען דעם "תם" און "שאינו יודע לשאול", און ווי מ'קען, אויפן קינדערישן שטייגער.
ג. דער אפיקומן זאל ווערן גע'גנב'עט אינמיטן בערך ביי "מתחלה עובדי ע"ז, וכדו', אזוי אז נישט נאר דער קינד וואס ס'גנב'עט איז ביזי דערמיט, נאר די אנדערע בא'חנט'ע זאלן אויך מיטלעבן ווי דער טאטע מ'כלומר'שטע לאנט זיך יעצט אן און לאזט נישט נעמען. בקיצור: ס'זאל זיין א פרייליכע אטמאספארע אין די לופט, נישט זאגן זאגן און זאגן.
דאס גאנצע "זאגן אין לשה"ק די הגדה" וואלט מען שוין לאנג געדארפט טרעפן א היתר מ'זאל עס לייגן אין שמות, מ'וויל דא "רעדן צו די קינדער" און נישט עפעס אנדערש. די הגדה דארף נאר זיין די "ראשי פרקים צעטל פונעם בעל דרשן". [חוץ די פסקא: אמר רבן גמליאל כל שלא אמר וכו' פסח מצה ומרור.]
ד. נחום, דו וואלסט מורא געהאט פון מכת ערוב? לעבן דיר דרייען זיך בערן און לייבן און דו קענסט זיך שפילן מיט זיי, דו וואלסט צוגעגאנגן נאנט?
וואס האב איך דא געטוהן? דערמאנט א נאמען פון א קינד, און אים געפרעגט עפעס וואס איך ווארט צו הערן פון אים א תשובה. [בדרך שאלה ותשובה אויף א וועג וואס יעצט פרעג איך פונעם קינד אבער א מינוט ארום וועט ער געבן א פרעג עפעס אנדערש, ס'זאל זיין "פטרתן מלומר מה נשתנה" (פסחים קטו:).
אויפמערקזאמקייט אין א קינד, ברענגט אז דו קומענדיגע פאר מינוט איז ער מיט דיר.
 |
|
|