בית פורומים שיעור עיון

חדשים לבקרים: היינט געזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 05:42 לינק ישיר 
חדשים לבקרים: היינט געזען

אין בית המדרש בלא חידוש. איך האב היינט געזען צוויי אינטערסאנטע זאכן אין א ספר, און איך וויל עס מיטטיילן מיטן חשוב'ן עולם. איך האף אז אנדערע וועלן מיר דא נאכטאן, להגדיל תורה ולהאדירה.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2006 05:44 לינק ישיר 

1) אין שבט מוסר (אנהייב פרק ב') שרייבט ער אז דאס וואס עס שטייט ביים מבול קץ כל בשר בא לפני איז דער אפטייטש דערפון אז השי"ת האט געקוקט ביז צום סוף פון אלע דורות פון די יעניגע מענטשן וואס האבן חוטא געווען ביים מבול, און האט געזען אז עס וועט קיינמאל נישט ארויסקומען פון זיי קיין ערליכע מענטש, דערפאר האט ער זיי אומגעברענגט ביים מבול! (כעין וואס רש"י זאגט אויף וירא כי אין איש, ביי משה רבינו מיטן מצרי).




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2006 05:46 לינק ישיר 

2) נאך שרייבט דער שבט מוסר (אויך אין פרק ב') זייער אן אינטערסאנטע פשט אויף די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט ברוב ענוותנותו אנכי עפר ואפר, זאגט ער אז דאס מיינט "ערד" מיט "אש" צוזאמגעמישט! וואס דאס איז טאקע באמת נישט ראוי פאר קיין שום באנוץ! אזוי נידריג האט זיך אברהם אבינו ע"ה געהאלטן, אז ער איז נישט ווערט גארנישט (נישט ווי ערד אליין וואס מען קען נוצן צו פלאנצן וכדומה, אדער אש וואס מען קען נוצן צו וואשן וועש און כלים וכדומה, נאר עפר ואפר צונעזאם, וואס קען גארנישט צוניצקומען).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 14:50 לינק ישיר 

א גוט מארגן רבותי.

היינט אינדערפרי האב איך געזען זייער א אינטערסאנטע זאך אין ספר כף החיים (או"ח סי' ג'), ער ברענגט צו פון מסכת דרך ארץ אז ווען מען גייט אריין אין בית הכסא, זאל מען נישט גיין מיטן פנים אויף ריקווערטס (ד.ה. אויסגעדרייט, אריינגיין מיטן רוקן ערשט) און אויך נישט מיטן פנים אויף פארווערטס, נאר זייטיג!

נאכקוקענדיג די מסכת דרך ארץ אינעווייניג (פרק שביעי) זעה איך אבער אז דארט רעדט זיך גאר פון נפנה זיין למזרח אדער למערב, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס כמבואר בגמ' ברכות פרק הרואה, און אין שו"ע שם.

וצריך ביאור.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 18:07 לינק ישיר 

יעצט געזען א מורא'דיגע חתם סופר (די ערשטע שטיקל אין דרשות חתם סופר אויף שבועות):

ער שרייבט אז לעתיד לבא וועט דער תלמיד חכם גארנישט זיין מער פונעם אנדערן איד, ווייל אלע וועלן זיין פול מיט דעת, יעדער וועט זיין אין די זעלבע מדריגה, קיינער וועט נישט זיין העכער פונעם צווייטן!!! (עס לוינט זיך אריינצוקוקען און דורכלערנען די ווערטער זיינע אינעווייניג).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2006 17:39 לינק ישיר 

תורה היא וללמוד אני צריך.

היינט האב איך געזען עטליכע זייער אינטערסאנטע זאכן אין הלכות בית הכסא:

1) דער בן איש חי שרייבט אז היות היינטיגע צייטן גייט מען ארויס אין א פארמאכטן שטוב מיט פארמאכטע טירן, איז אביסל לייכטער די הלכות צניעות, למשל די הלכה פון לא יגלה אלא מאחוריו טפח ומלפניו טפחיים, זאגט ער אז אויב איז מען חושש אז די בגדים וועלן שמוציג ווערן פונעם בית הכסא, קען מען היינט מער מקיל זיין (גם בעיני יפלא).

2) דער שו"ע הרב שרייבט (אין מהדורא תנינא) אז די הלכה פון לא יקנח בימין איז נאר געזאגט געווארן אויף איינער וואס איז נישט קיין איסטניס און איז זיך מקנח מיט די בלויזע האנט, איז משמע אז אויב מען נוצט א פאפיר, מעג מען זיך מקנח זיין מיט די רעכטע האנט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/5/2006 00:41 לינק ישיר 

א גוטען ערב שבת

לויט די מספר הצפיות פון דעם אשכול, זענען ב"ה דא צען אידן וואס לעזן דאס ערליך יעדע מאל עס קומט עפעס צו, אויסער אני הקטן.

היינט האב איך געזען א זאך וואס האט א שייכות מיט ערב שבת:

אין דיני נטילת ידים שטייט אז מען זאל זיך די הענט אפוואשן ווי נאר מען שטייט אויף פון שלאף, די פוסקים לייגן צו אז מען זאל זיך די פנים אויך אפוואשן.

איינער פון די פוסקים שרייבט אז מען זאל אויך די פיס אפוואשן, אבער אנדערע קריגן אויף אים.

שרייבן די חולקים אז די סיבה פארוואס מען וואשט נישט די פיס איז, ווייל אויף די פיס איז שורה א געוואלדיגע קליפה פון די סיטרא אחרא (אין די פערשט - עקביים, בחינת מיתה עי' מס' נזיר, ובשבט מוסר פרק א'), און מען קען נישט אוועקטרייבן די סט"א פון דארט מיט אביסל וואסער.

איי, מען זעט דאך אז די כהנים האבן זיך געוואשן ידיהם ורגליהם? אה, אין בית המקדש, די הייליגטום פון כלל ישראל, פארן טאן די עבודת הקודש, דאן האט מען יא געהאט די כוחות אוועקצוטרייבן די שלעכטע כוחות פון די פיס אויך.

לייגט יענער צו (דער ספר הייסט "יפה שעה", ווערט צוגעברענגט אין בן איש חי, און כף החיים) אז ערב שבת קודש האט דער מענטש אויך די כוחות זיך צו רייניגן די קליפה פון די פיס לכבוד שבת, דערפאר שטייט אין הלכה אז מען זאל זיך וואשן פניו ידיו ורגליו יעדן ערב שבת!

====
אגב, איך ווייס נישט וויפיל מענטשן עס זענען נזהר, ווען מען וואשט זיך די קערפער, ברויך מען על פי הלכה צוערשט וואשן די קאפ, דאן די רעכטע האנט, לינקע האנט, רעכטע פוס, לינקע פוס.

איך בין מסופק אויב די הלכה איז געזאגט געווארן ביים אריינטרעטן אין שאוער, אז די קאפ זאל צוערשט נאס ווערן א.א.וו. אדער ברויך מען ביים זייפן זיך אויך מקפיד זיין (ווייל דאס איז אביסל שווער און אומפראקטיש, ווייל ווען די קאפ איז ארומגענומען מיט א שוים פון זייף, און עס רינט שוין כמעט אריין אין די אויגן, איז שווער זיך צו באפאסן מיטן קערפער, אדער ברויך מען זיך זייפן דעם קעפל, דאס אפשווענקן, און דאן גיין ווייטער).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2006 06:14 לינק ישיר 

קודם א יישר כוח פאר די שיינע געקליבענע מאמרים, איך וועל קלאר בלייבן פון דיין מנין.

לערנענדיג די וואכעדיגע (פארגאנגענע) סדרה די פילע מצוות ווי שעטנז, כלאים , נישט עסן בלוט, וכו' וואס איז שווער צו טרעפן דערויף א פשוטער טעם וואס מיר זאלן קענען פארשטיין איז גוט צוצוברענגען  דעם רמב"ם'ס צוגאנג צו די אלע מצוות, און דער רמב"ן ברענגט דאס טיילווייז אויך עטליכע מאל אין אח"ק.

דער רמב"ם (אין מורה נבוכים) לייגט אראפ דעם כלל, אז א גרויסע טייל פון די מצוות האט אונז גאט דאן געגעבן בשעת מתן תורה, ווייל די וועלט - ובתוכם די אידן - זענען געווען אריינגעטון אגאנצן טאג אין די אלע סארט עבודה זרה'ס (וואס די תאוה דערפון איז א פארוויקלטע שמועס פאר זיך), און ווען השם האט אונז געוואלט מקרב זיין אז מיר זאלן נאר אים דינען, האט ער נישט געקענט גלייך זאגן אז מיר זאלן דאס אלעס אפלאזן און נאר דינען דעם איין און איינציגן באשעפער, ווייל עס וואלט געווען כמעט אוממעגליך, (ער שרייבט דארט, אז דאס וואלט געווען פונקט ווי איינער זאל אונז היינט קומען זאגן, אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז מיר זאלן אויפהערן צו דאווענען צו אים בעת צרה, נאר מיר זאלן אים נאר דינען בלב, וואס וואלט שווער געווען זיך אפצוגעוואוינען) דעריבער האט ער עס גרינגער געמאכט , ער האט געזאגט פאר די אידן איר קענט ווייטער שחט'ן קרבנות, אבער שעכט דאס פאר מיינעט וועגן, פאר מיר. און אזוי זענען נאך פילע זאכן צוליב דעם טעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 06:38 לינק ישיר 


שרייבט ווייטער דער רמב"ם: ואני יודע שנפשך תברח מזה הענין בהכרח בתחילת מחשבה ויכבד עליך ותשאלני בלבך , אז וויאזוי קען דאס זיין אז גאט האט געגעבן פילע מצוות און ווארענונגען, מיט פונקטליכע אנווייזונגען און זמנים ווען אוון וויאזוי דאס דארף זיין, און דאס אלעס איז נישט פאר די זאך אליין נאר ווי א תחבולה אנצוקומען אל כוונתו הראשונה? האט ער דען געהאט א פראבלעם יא צו געבן וואס ער וויל, כוונתו הראשונה, און אונז אויך געבן דערצו כוח אז מיר זאלן דאס וועלן מקבל זיין?

ענטפערט דער הייליגער רמבם, (איך ברענג עס נאר אין קורצן) אז עס שטייט אין פסוק ולא נחם אלוקים דרך ארץ פלישתים כי קרוב הוא וכו' ויסב אלוקים דרך המדבר ים סוף. האט ער דען נישט זיי געקענט פירן דעם פונקליכן וועג וויאוזי ער האט געוואלט און זיי יא געבן כוח צו טון וויאוזי ער וויל און נישט דארפן ארומפירן מיטן עמוד ענן און עמוד אש?  און בכלל, צי קען ער דען אונז נשיט געבן כוח מיר זאלן אים וועלן דינען און טון אלע מצוות ווי עס שטייט אין די תורה? דאס איז דאך זיין כוונה הראשונה אז מרי זאלן אים דינען, און פארוואס גיט ער נישט אריין אין אונז דעם ווילן און כוח?

נאר אויף דעם אלעם איז דער תירוץ אז דער פאקט איז אז דער באשעפער וויל נישט טוישן א מענטש'נס טבע על צד המופת. וועגן דעם האט ער געזאגט מי יתן והי' לבבם ליראה אותי וכו', און פאר דעם האט ער געגעבן מצות , אזהרות, שכר ועונש. און פארשטייט זיך אז דאס טוט ער נישט ווייל ער קען נישט ח"ו, ווייל אזא זאך איז נישט פאראן, נאר פשוט ער וויל עס קיינמאל טון און וועט עס נישט טון,
. און אויב זאל ער וועלן טוישן דעם מענטש אז ער זאל וועלן טון השית'ס ווילן, וואלט דאך נישט געווען די אלע שליחות הנביאים און די גאנצע זאך פון נתינת התורה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 06:56 לינק ישיר 

און ביי פילע פילע מצוות גיט ער אן דעם אויבנדערמאנטן טעם אז השם האט זיי געגעבן צו איינגעוואוינען די אידן צו טון אלעס כדי אים צו דינען און זיי אפצוגעוואוינען פון די עבודה זרה עבודות און סטיל'ס.

מיר וועלן ברענגען עטליכע פון זיי:

דאס אפשערן די זייטן פונעם קאפ און בארד , זאגט דער רמבם, איז געווען א דרך פון די אמאליגע "כומרי עבודה זרה" , דעריבער האט די תורה געזאגט: ביטע זיך "נישט" אפשערן ביי די צוויי זייטן. זיך צו דערווייטערן פון זייערע וועגן.

(און בדרך אגב האב איך דאס שוין געזען אפילו היינטיגע צייטן , איך געדענק נישט צו ביי אן עכטן פויבסט צי אויף א נאכגעמאכטן (אין א פילם), אבער סייוויאזוי ווייסט דאס אז מען ווייסט פון די איידיע פון זיך אפשערן ביי די צוויי זייטן,אלס פארשמייליגונג ).

ביי כלאים איז די זעלבע זאך, עס איז געווען די מנהג פון די כומרים און בעלי כשפים צו האבן אזא ספעציעלע קלייד וואס מיט דעם האבן זיי געטון זייערע מעשים, און דער רמבם שרייבט אז ער האט דאס געטראפן געשריבן אין זייערע ביכער.
דער רמב"ן אויפן פלאץ די וואך ביי שעטנז ברענגט אויך אראפ דעם טעם בשם רמבם. זיין אייגענע טעם אויף בהמתך לא תרביע כלאים, איז אין קורצן ווייל דאס איז מכחיש מעשה בראשית , און עס ווייזט כאילו השם האט נישט באשאפן א 'פערפעקט' וועלט און ער וויל צוהעלפן מיט'ן אויסמישן מין בשאינו מינו. נאך א טעם זאגט ער ווייל די אויסגעמישטע וועלן נישט קענען ווייטער געהעריג געבוירן, און די זעלבע וועלן די צמחים פון מין ואינו מינו נישט קענען געהעריג ווייטער וואקסן. 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 07:23 לינק ישיר 

ערלה, נישט צו עסן די ערשטע דריי יאר די פרות פונעם בוים , זאגט דער רמבם איז אויך געווען זייער איינגעריסן, און ממש יעדער פלעגט דאס טון, צו מאכן פארשידענע מיני סגולות און לחש'צער וואס מען האט געטון ביים איינפלאנצן אז עס זאל בעסער און שנעלער וואקסן. (מסתמא ווייל אמאל האט יעדער בעסיקלי געלעבט אויף זייערע איינפלאצונגען, נאך נישט געווען קיין סטאקס.) און זיי פלעגן אויך אויסמישן איין סארט בוים מיט א צווייטע, זיך איינרעדנדיג פארשידענע זאכן, דעריבער האט מען גע'אסר'ט די ערשטע דריי יאר צוריקצוהאלטן אז מען זאל עפעס וועלן טון צו פארשנעלערן איר וואקסונג, און ביי די פערטע יאר גיבן שוין רוב ביימער ארויס זייערע פרוכט.

לא תאכלו על הדם, נישט עסן בלוט איז ווידער די זעלבע זאך,  עס איז געווען פון די מיני כשוף, און ווער עס האט זיך געוואלט באהעפטן אדער רעדן צו שדים פלעגט אויסגיסן בלוט און די שדים פלעגן זיך אנגעבליך פארזאמלען דארט, און געגעסן מיט זיי, און זיי געזאגט עתידות. ווי אויך פלעגט מען דאס נוצן פאר כשוף, (רמבם, ספורנו, אבן עזרא).
דער רמבן אין פר' אחרי ברענגט אויך דעם טעם אבער ער פרעגט אז דער פסוק זאגט דאך נישט דאס, נאר כי נפש הבשר בדם הוא, און כי הדם הוא הנפש? דעריבער זאגט ער דעם טעם אז אין אמתן האט השם נישט מתיר געווען צו עסן נאר א צומח, נישט קיין בעלי נפש, הנה נתתי לכם את כל עשב זורע זרע. ביים מבול ווען נח האט מקריב געווען א קרבן האט ער מתיר געווען זיי צו שחט'ן. אבער עס איז נישט גוט אז דערמענטש זאל מעגן זיי עסן ווייל עס איז נישט ראוי פאר א בעל נפש צו עסן א נפש, כנפש האדם וכנפש הבהמה לו הנה, כנפש האדם וכנפש הבהמה לו הנה, ומקרה אחד להם, כמות זה כן מות, ורוח אחד לכל. (עס ציפט, אבער דאס איז לשונו הק'.) דאס עסן בלייבט דאך אינעם מענטש והיו לבשר אחד, עס ווערט א טייל פונעם מענטש, און אויב זאל מען עסן די בלוט, וואס דאס פארדייט זיך נישט ווי אנדערע עסן וואס ווערט פארענדערט ביים פארדייען, וועט דער מענטש באקומען פון די פארגרעבטקייט פון דעם בהמה , דעריבער זאל איר בלוט זיין א כפרה פאר'ן מענטש און מ'איז דאס מקריב אופן מזבח.
עס איז מיר נאר שווער פארוואס אין פר' קדושים וואו עס שטייט נאכאמאל דער איסור פון דם ברענגט ער בלויז דעם דעם טעם אויפן איסור פון עסן בלוט צוליב כשוף , נאכדעם וואס ער האט דאס אפגעפרעגט אין אחרי. אולי האט ער דאס צוגעשריבן שפעטער אין אחרי.

תוקן על ידי - allllways - 07/05/2006 7:43:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 09:04 לינק ישיר 

א גוטע וואך;

[יישר כח מר. אללללוועיז פאר די שיינע ארטיקלן, מיר ווייסן דאך יא אז עס קומט נישט צופיס, דאס מעתיק זיין קאסט צייט און כח, תשואת חן חן לך].

דעם שבת האב איך געזען טייערע דיבורים אין תולדות יעקב יוסף, ער שרייבט (אין פרשת אחרי, אויפן פסוק "שני" בני אהרן) אז דאס וואס די ראשי הדור זענען צוקריגט און פירן מחלוקת, דאס איז גורם צו שכחת התורה פארן דור!

===
מיט דעם קען מען טייטשן, תלמידי חכמים מרבים, שלום בעולם. ווען עס איז דא שלום אויף דער וועלט, דאן מערן זיך די תלמידי חכמים. שנאמר וכל בניך לימודי ה' ורב שלום בניך, אל תיקרי בניך אלא בוניך (עס זענען דא צוויי וועגן אין די מפרשים וועלכע "בניך" מען טוישט אויף "בוניך", די ערשטע אדער די צווייטע, מיר וועלן זיך דא באציען לויט די מפרשים אז עס גייט ארויף אויף די צוויי), ווען עס איז ורב שלום צווישן די בוניך, די תלמידים חכמים לעבן צווישן זיך בשלום ובאחדות, דאן זענען וכל בניך לימודי ה', אויב אבער ח"ו עס הערשט א שנאה ותחרות צווישן די ראשים, דאן הערשט א שכחת התורה רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2006 09:54 לינק ישיר 

זייער א שיין ווארט קרעמער,
נאר דו ווייסט דאך אז מען ענדיגט נישט מיט א-נישט-גוטע חלק.
דאריבער דארפסטו ווען קודם זאגן: ... איז דא א שכחת התורה, אבער אויב שלום דאן
איז נישט דא נאר די תורה האלט זיך ביי אידן.

שכוייח אלללוועיס פאר דיין שיינע העתקה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2006 17:38 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישי.

ביי אונז האט מען און מען פירט זיך זיך צו וואשן אזוי ווי איר האט געשריבן, קודם די קאפ און נאכדעם די הענט, פיס.

מען קען זיך וואשן דאס קאפ אן עס זאלך רינען זייף אין אויג אריין, אז מען וואשט זיך איידל פאסירט דאס נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/5/2006 06:45 לינק ישיר 

היינט געזען צוברענגן פון ספר שער הכוונות אז זיין רבי (?) פלעגט יעדן שבת נאכמיטאג נאך די סעודה זיך צולייגן אויף צוויי דריי שעה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/5/2006 16:47 לינק ישיר 

זאג מיר נישט אז דו ווייסט נישט ווער דער מחבר פון ספר שער הכוונות איז.

(מוז זיין ביסט נאך אונטער די פערציג )

בכלל אז מען רעדט פון כאפן א דרימל פאר א צוויי דריי שעה שבת קומט גראד ארויף אין געדאנק דעם אריז"ל.

דא קענסטו לערנען אביסל אין דעם הייליגן ספר ברענג נאך גוטע זאכן אויב דו פארשטייסט...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > חדשים לבקרים: היינט געזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext