| נשלח ב-7/5/2006 07:56 |
|
| |
כישוף היינטיגע צייטן
די וואך ווערט דערמאנט עטליכע מאל עטליכע מאל דאס ענין פון כישוף, עס וואונדערט מיך שוין לאנג דער ענין פון מכשפים, וואס פונקטליך האבן זיי געטון און געקענט ? וואס איז געועון זייער כח? און אזוי ווייטער,
אבער בעיקר נייגערט מיך צי איז נאך פאראן אזא זאך היינטיגע צייטן, ?
איך האב שוין עטליכע מאל געהערט אז עס געפונט זיך נאך היינט אין אינדיע וואס מאכן כשוף, (אפילו איך גלויב אז נישט), אזוי אויך האב איך געהערט אז אין ארץ ישראל איז דאס אן אפטע ערשיינונג אז די סאלדאטן ברענגען אראפ נשמות און רעדן צו זיי דורך א פראצעדור פון אנצינדן ליכט, וכדומה ,
דעריבער אויב איינער פון די ידענים האט עפעס קלארע מאמרים אין דעם ענין אדער עפעס אינפארמאציע אין דעם נושא זאל דאס ביטע איבערגעבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 08:02 |
|
| |
אגב, האב איך אמאל ערגעץ געזען (כמעט זיכער איינער פון די גרויסע מפרשי התורה) זאגן אז ער האלט אז עס איז קיינמאל בכלל נישט געווען קיין עכטע כוח פון כישוף נאר עס האט אויסגעקוקט ווי א כוח, ווייל יענע פלעגן מיט חכמה מאכן פארשידענע טריקס. איי די אלע פלעצער ווי עס שטייט פון כשוף? רעדט מען נאר איבער וויאזוי די זאך האט אויסגעקוקט. (אזוי ווי מען רופט היינט "מעדזשיק" אפילו מען ווייסט קלאר אז עס איז טריקס.)
היינט פארשטייט זיך דאס פיל גרינגער ווען מען זעט טאקע וואסערע סארט טריקס מענטשן קענען אלץ מאכן, ממש אומגלויבליך אפילו מען זעט דאס פון דער נאנט, דעריבער קען זיין איז געווען די זעלבע אויך אמאל , ווען עולם גולם האט מען געקענט פיל פיל שנעלער איינערעדן, און מען האט עס גערופן כשוף.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 08:36 |
|
| |
כישוף איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, איינע איז אחיזת עינים, וואס מען רופט היינט
"מעזשישענס", כאטש זיי קענען ווייט נישט די קונצן וואס די אמאליגע מכשפים האבן געקענט. (עס
איז דא א תשובה פון ר' משה פיינשטיין וועגן קוקן די היינטיגע קונצן מאכער, דוכט זיך ער פסק'נט
(כדרכו... שא, כ'האב גארנישט געזאגט) אז עס איז נישט קיין כישוף.
די צווייטע סארט זענען די וועלכע באנוצן זיך מיט שדים און רוחות רעות, צומאל אויך מיט שמות
פונעם צד הטומאה (יא, עס איז דא אזא זאך !) און דאס איז די ריכטיגע כישוף, וואס די חז"ל דריקן
זיך אויס דערוועגן "שמכחישים שמם של פמליא של מעלה").
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 09:13 |
|
| |
אין אחיזת עינים אליין איז דא עטליכע קאטעגאריעס, עי' טו"ז (יו"ד סי' קע"ט סק"י).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 09:43 |
|
| |
זיך אנצונעמען פאר דעם גאון עולם ר' משה וועל איך ברענגען וואס ער שרייבט צווישן זיינע שורות לסוף פון דעם תשובה.
שו"ת אגרות משה חלק יו"ד ד סימן יג
זהו מה שאמרתי בזה דרך הלימוד. אבל לא היה הדבר יצא ממני בהוראת שאלה למעשה, שאין איסור באחיזת עינים על ידי קלות התנועה וכדומה, כי בכל אופן אם משקר העושה זה ואומר שעושה דברים שלא כדרך הטבע הרי יש לאסור, דהא יכול להטעות האינשי אחריו להחזיקו לאיש בעל מופת, ואינש כזה הוא ודאי איש שאינו ראוי ללמוד ממעשיו אף כשלא היה משקר, וכ"ש כשמשקר. ואף בלא משקר ואומר שהוא עניין טבעי, שנתן לו השי"ת קלות התנועה יותר מאחרים, הרי אין להתראות בזה לפני אינשי רק באופן שיראו ויכירו דהיא מתנועה מהירות ביותר, ולא בעושה באופן שלא יראו ולא יכירו אלא אדרבה יאמרו מזה שאינו ענין טבעי אלא ענין כשפים, שבזה הוא מסית לכשפים, וממילא שאסור אף שלא ישמעו לו האינשי. ואף שליכא איסור מיתה משום שאינו מסית לאיסור ע"ז, אבל איסור מסית איכא לכל איסור, כהא דנחש הקדמוני שלא היה על איסור ע"ז אלא על איסור לאו ומיתה בידי שמים.
חכמים הזהרו בדבריכם!
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 13:31 |
|
| |
בא_ללמד, וועסט טייער באצאלען פאר'ן "כדרכו" 
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 17:28 |
|
| |
אללללוועיס,
דער מפרש מיינסטו זיכער דעם רמב"ם:
יז [טז] ודברים האלו--כולן, דברי שקר וכזב הן; והן שהטעו בהן עובדי עבודה זרה הקדמונים לגויי הארצות, כדי שיינהו אחריהן. ואין ראוי לישראל, שהן חכמים מחוכמים, להימשך בהבלים אלו, ולא להעלות על הלב שיש בהן תעלה: שנאמר "כי לא נחש ביעקוב, ולא קסם בישראל" (במדבר כג,כג), ונאמר "כי הגויים האלה, אשר אתה יורש אותם--אל מעוננים ואל קוסמים, ישמעו; ואתה--לא כן, נתן לך ה' אלוהיך" (דברים יח,יד).
יח כל המאמין בדברים אלו, וכיוצא בהן, ומחשב בליבו שהן אמת ודברי חכמה, אבל התורה אסרה אותן--אינו אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת, ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלמה. אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת, יידעו בראיות ברורות--שכל אלו הדברים שאסרה תורה, אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת, ונטשו כל דרכי האמת בגללן. ומפני זה אמרה תורה, כשהזהירה על כל אלו ההבלים, "תמים תהיה, עם ה' אלוהיך" (דברים יח,יג).
הל' עבודה זרה, סוף פרק י"א.
יישר כוח פאר איינע פון די מעמבער'ס דא וואס האט מיר אפירגעזוכט דעם פונקטליכן מראה מקום.
(עס איז דא וואס קריגן זיך שארף אויף דעם רמב"ם ועוד חזון למועד).
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 04:05 |
|
| |
דיפלאמאט יישר כוח פאר דעם רמבם. איך קוק ארויס אויף דעם עוד חזון למועד צו הערן עפעס חדשות. דו זאגסט אז עס איז דא וואס קריגן אויפן רמבם , באמת וואלט איך ענדערש געזאגט אז עס איז נישטא ווער עס קריגט ניטש, און אוודאי פשוט האט יעדער געלערנט אז עס איז יא דא, און דער רמבם איז מסתמא כמעט א יחיד. און לאמיר זיך ערלויבן צו זאגן וואס איך טראכט פארוואס טאקע פונקט דער רמבם זאגט דאס.
ווי באקאנט איז ער דאך פון די יחידים וואס האבן זיך אריינגעטון און דורכגענישטערט אלע גויאישע חכמות פון יענע צייטן, פון חכמת הטבע, אסטראנאמיע, און כל שכן פילאזאפיע, ער איז אבער אויך געווען אין די בחינה פון יוצא בשלום וואס פילע פילע אנדערע האבן דאס נישט באוויזן. ער איז פון די אנדערע זייט געבליבן דער פרומער און תמימותדיגער צדיק ווען עס איז געקומען צו סיי וואס , ביים לערנען, אין הלכה און אזוי ווייטער, וואס איז ממש אינטערעסאנט נאך אזא מורה נבוכים צו זען וואס ער האט אלץ גענומען אין באטראכט, און וואס עס איז אלץ דורכגעלאפן אין זיין מחשבה, און דאך געבליבן פעלזן פעלזן פעסט, בלי שום צל ספק אין גארנישט.
(אזוי ווייט אז טייל גרויסע צדיקים האבן געזאגט אז עס קען נישט זיין אז דער זעלבער מחבר פון מורה נבוכים האט געמאכט דעם יד החזקה און די אנדערע ספרים פון רמבם. אויב איך געדענק גוט האט דער יעב"ץ אויך געזאגט אז ער איז זיכער אז נישט דער רמבם האט עס געמאכט. מיך וואונדערט נאר לויט דעם אז פונקט פאריגע וואך זעט מען ווי דער רמב"ן ברענגט עפעס בשם דעם "רמבם בספר מורה", ווי אויך דעם רמבם'ס זון (ר' אברהם ) האט א ספר צו פארענטפערן געוויסע זאכן פון זיין הייליגן טאטן אבער קיינמאל לייקנט ער נישט אז ער האט געמאכט דעם מורה. )
דעריבער מיין איך אז נאכן נישטערן אויך אין די ספרים חיצונים און זיי אלע אויסארבעטן קען מען זיך אויף אים היבש פארלאזן ווען עס קומט צו אנאליזן איבער די סארט זאכן, ווייל ער האט נישט געקוקט אויף די אנדערע זייט נאר האט זיי דורכגעטון. און דעריבער זאגט ער טאקע אז ער ווייסט בחוש אז דאס זעענען בלויזע דברי שקר וכזב, הבל ושטות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 05:50 |
|
| |
און פארואוס איך נויג אין די מיינונג איז פשוט פון היינטיגע פראקטיק. עס איז דא אזויפיל זאכן וואס טויזנטער און מיליאנען מענטשן גלייבן אין דעם, אז עס איז א כוח, אדער געוויסע סארט שרעקעדיגע זאכן, אדער געוויסע טריקס וואס די צוזעער זעען ממש בחוש אז דער מענטש טוט זאכן שלא כדרך הטבע, אדער די פאראויסזאגער וואס אנגעבליך ווייסן זיי עתידות און פיוטשער, סייקיקס, און אזוי ווייטער, יעדער האט זיך זיין זאך וואס ער ווערט דערפון ממש פארגאפט , אבער די וואס וווילן עכט וויסן , וויייסן אז עס איז שטותים והבלים, כל אחד לפי דרגא דיליה. לאמיר אנהייבן מיט אפאר פאקטישע זאכן, אויפן שפיץ גאפל פארטשייט זיך,
יעדער ווייסט פון האנט ליינער, האלב פון די ליינערס זענען שוין אמאל אויך געווען מסתמא. האבן די אמת-ליבהאבער געמאכט אמאל אזא מעשה צו זען צי מענטשן ווערן משוגע ווייל די האנט ליינער טויגן אדער פשוט ווייל זיי ווייסן אז מען ליינט זייער האנט און וואס יענער זאגט פאסט מען אריין אז עס זאל שטימען. (געזען לאנגע צייט צוריק, דעריבער דאס שרייבן בערך) זיי האבן גענומען פינף מענטשן וואס פלעגן זיין אפטע באזוכער ביי די סארט האנט ליינער, זיי פלעגן נישטערן נאך די אלע פראפסיאנאלע און באקאנטע, און האבן זיי געזאגט אז זיי קענען האבן אן אפוינטמענט ביי איינע פון די גרעסטע אויפן כדור העולם. זיי האבן דאן גענומען סתם א מענטש , און אים געזאגט, אז ער גייט אויפנעמען די חברה, און זיי פרעגן און זאגן וואס אימער ער טראכט איבער זייער עבר און עתיד, זיי האבן אים געגעבן איין שעה צו דורכקוקן א חכמת היד ביכל, פשוט צו וויסן וואס מ'זאגט , וועלכע מיני קשיות מפרעגט, און וואסערע מיני עתידות מ'זאגט. בקיצור, האט ער יעדן באזונדער אויפגענומען, פארשטייט זיך אויף יענעמס געשטאלט זעט מען שוין האלב, וואס יענער פרעגט ווייזט נאך אביסל, ביים אבזערווירן יענעמס פרצוף ווען ער הערט דיין אנאליז, זאגט נאך אביסל, און מיט שכל אין די זייט, קען מען ארויסקראצן וואס איז פאר יענעם אינטערעסאנט. עס איז דא למשל זאכן וואס פאר וועם מען וועט עס זאגן וועט טראכטן עס איז טאקע אזוי. "דו ביסט א מענטש וואס ווען דו ווילסט עפעס באמת, פירסטו דאס אויס און גארנישט וועט דיר נישט שטיין אין וועג", יעדער רעדט זיך דאס איין, (אדער איז דאס טאקע אזוי). אוזי איז דא צענדליגער זאכן. "האסט א געוויסע זאך וואס שטערט דיר זייער", א גרויסן שכויח, ווער האט דען נישט, אבער אויב האט נאך יענער עפעס ספעציעל לייגט ער יענעם גלייך אריין אין קאטעגאריע פון רוח הקודש אליין. אויך לויט יענעמס רעאקציע ווען ער הייבט אן רעדן , שפינט מען ווייטער און מען זעט וואו און ווען זיך אפצושטעלן. ער האט ביי יעדן פרובירט עפעס אנדערש. למשל ביי איינעם געדענק איך האט ער געפרעגט צי ער האט עפעס מיט א ווייסע קאר? קודם יענער געזאגט ניין , נאכדעם זיך דערמאנט אז זיין זיידע פלעגט אים נעמען אין זיין ווייסע קאר וואס ער האט ליב געהאט. יעצט האט יענער געהאט א היבש שטיקל שאנס אז ער זאל יא האבן און דאן וואלט דאך נישט געווען קיין שום הסברה וויאזוי יענער האט דאס געוואוסט. און אזוי ביי יעדן אפאר זאכן, און פארשטייט זיך אז פון עטליכע זאכן איז איינציגע אקוראט. דאס איז א פשוטע חשבון. ווייטער עתידות קען מען דאך זיכער נישט אפפרעגן. און אויב איז עס נאך פאזיטיוו, רעדט מען זיך זעלבסט איין און מ'וויל עס גלייבן . (איך קען נישט צו מאריך זיין איבער נאך דעטאלן פון יענע מעשה, יו גאט די פאוינט האפנטליך.) בקיצור המעשה. האט מען נאכדעם יעדן פון זיי געפרעגט וויאוזי זיי האבן הנאה געהאט פון אים, און ווי גוט ער קען די חכמה? האבן דריי פון זיי געזאגט אז "זיי האבן נאך טאקע קיינמאל נישט געזען אזא פראפעסיאנאל אין דעם געביט, וואס זאל אזוי גוט וויסן זייערע פערזענליכע זאכן".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:01 |
|
| |
פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר מאכן אז איך ווייס אז חכמת היד איז גראדע יא אמת , ווי עס ווערט געברענגט בפירוש פילע דעטאלן דערפון אין זוהר, אבער איך האלט אז אפילו דאס ווייסט קיינער נישט און קיינער קען דאס נישט היינט צוטאגס. נאכאמאל, צוטרעפן קען יעדער חכם, וואס האט אביסל ארויס א מענטשנס נאטור. איך האב שוין גערעדט צו עטליכע מענטשן וואס זענען געווען ביים היינטיגן באקאנטן האנט ליינער (מז) און למשל פאר איינעם , א בחורל, האט ער גערודפט אז ער זעט קלאר עפעס זייער שלעכט, (ער האט נאך געקוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז), אבער יענער האט זיך געבעטן אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל (און ער האט טאקע נישט געוואוסט) , נאך א היבשע טענה ומענה האטערעם געזאט אז ער זעט טאקע אז ער איז אפגעהיטן ... וכהנה וכהנה האב איך שוין געהערט ווי ער האט פרובירט צו זאגן זאכן , אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. נאכאמאל, אוודאי איז פיל יא גוט געווען, פארגעסט נישט אז נאכן דורכלערנען אזא ספרל אדער להבדיל ביכל פון דעם חכמה, ווייסט איר קודם די פילע סארט נאטורן וואס איז פאראן, און יעדער באלאנגט אריין אין כמעט האלב, און אין די איבעריגע קען מען זיך אריינקוועטשן אז עס איז אזוי אויב יענער זאגט עס. איך אליין בין שוין געווען ביי עטליכע פון די באקאנטע, און קיינער האט מיר נישט געזאגט עפעס אפילו אביסל אינטערעסאנט. למשל איינער האט מיר געזאגט "עפעס שלאפסטו נישט געהעריג, וואס לאזט דיך נישט שלאפן"? האבעכעם געזאגט איך שלאף גראדע זייער גוט, בכלל נישט קיין שום פראבלעמען", וכדומה נאך זאכן. ווען איך זאל ווען פערצופאל יא האבן שלאף פראבלעמען - וואס איז גראדע א היבשער שאנס, ווייל זיייער פיל מענטשן ליידן דערפון למחצה לשליש ולרביע - וואלט איך געווארן אינגאנצן איבערגענומען , פון וואנעט קען ער דאס וויסן. אבער געדענקט אז ער ווייסט פון די אלע סארט פראבלעמען און שוואכקייטן פון דורכשניטליכע מענטשן, און עס געשעט גארנישט ווען זאגסט אז נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:14 |
|
| |
די זעלבע זאך בין איך שוין געווען ביי עטליכע סייקיקס, און קיינער האט נישט געזאגט עפעס ממשותדיג, אפילו פאר א תמימותדיגן מענטש וואלט אים אנגעקווקט ווי א נביא, און כאב חבירים וואס שווערן זיך אז יענער איז מוחמד אליינס.
(גראדע איז דא א פרוי, א סייקיק, סילוויע בראון, (יעדן מיטוואך אויף טשענעל 9 ) וואס איז גאר אינעטערעסאנט, און עס לאזט זיך נישט גלויבן ווייל אנגעבליך זאגט זי דארט זאכן פאר מענטשן וואס איז אוממעגליך סתם אזוי. זי זאגט קלאר פאר יעדן וויאזוי יענעמס טאטע אדער קרובים הייסן, און נאך פילע אינפערמאציע וואס עס קוקט אויס ווי די מענטשן דארט זענען יעדע מאל אנדערע און פאר יעדן כמעט זאגט זי סיי וואס מען וויל נאר הערן. עתידות איז נישט אינטערעסאנט, נאר דעם חלק אז זי זאגט געוועזענע אינפארמאציע, ווי למשל זי זאגט פאר איינעם אז איר מאן איז געשטארבן אין א עקסידענט, און אנדערע דעטאלירטע מעשיות. (אפילו בעיקר רעדט זי פון סתם שטותים, ווי גלייך זי זעט נשמות פון געשטארבענע וכדומה). )
עס דארף ערגעץ יעצט זיין א לייוו שאו פון איר דא אין ניו יארק וואו מ'וועט קענען פרעגן קשיות, איך ווייס נישט צי מ'מעג גיין (זאלן די דיינים דא דן זיין) אבער אויב איינער גייט וואלט איך געוואלט למשל איינער וואס האט יא קינדער זאל פרעגן "פארוואס האב איך נישט קיין קינדער" און איך וויל זען אז זי זאל זאגן "אנטשולדיגט, איר האט דאך יא", וכדומה, דאס מיינט אז מען ווייסט, נישט סתם די אלע געדרייטע געקונצלטע מעשיות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:14 |
|
| |
אלוועיס
איך מיין אז דו מאכסט א טעות מיט אריין מישן אין וואס די רמב"ם רעדט די חכמות אזוי ווי חכמת היד והפרצוף.
א קליינע הקדמה: און דעם ווייט פארברייטערטע מחלוקת הראשונים צו כישוף איז א אמת אדער א שקר, (וואס דאס איז דאך באמת א מחלוקת אין מציאות...,) בין איך נוטה צו די אויבנדערמאנטע רמב"ם. (מאכט נישט אויף מיר קיין צעקות היתכן!........., ווי קומט פאר א נער'ישע גולש זיך אריין צו מישן? קלערט אריין ביי אייך, אויב פרעגט איר אויף מיר אזוין שאלה, מן הסתם האט איר אויך גענומען א צד און איר האלט אז כישוף איז אמת.)
די רמב"ם לדעתי איז נאר מכחיש אז די חברה קענען גארנישט טוהן שלא כדרך הטבע. נישט צו חכמת היד איז א אמת'ע חכמה. ס'קען זיין אז ס'דערקענט זיך אויף א מענטשן'ס האנט געוויסע פון זיינע תכונות, וואס דער געניטע ליינער קען באמת צוטרעפן דערצו, און איבערריישן דעם געליינטער. אזוי אז ער ווערט שטארק נתפעל, און גלייבט אלע די עתידות וואס ער זאגט איהם.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:25 |
|
| |
אנטשולדיקט ר' אלוועיס, איך האב מיך אביסל פארזוימט, און נישט געזען דיינע לעצטע צוויי תגובות.
אגב, די רמב"ם זאגט גארנישט בנוגע חכמת היד והפרצוף (לידיעתי), און ס'איז ל"ד אז ער האט דערין געגלייבט.
און דאס וואס דו שרייבסט אז היינט איז נישטא אמת'ע קענערס פון די חכמה, איז לדעתי א טעות. עכ"פ אין די חכמה פון קענען זען תכונות פון מענטשן מיט א קלארקייט, איז זיכער יא דא. און איך רעד נישט פון מ"ז.
קוק דא:
http://www.rose-rosetree.com/
איך האב פערזעליך אדורך געבלעטערט דעם ביכל פון איהר אויף חכמת הפרצוף, און רוב זאכן וואס זו שרייבט בין איך איבערצייגט אז ס'איז אמת.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 06:28 |
|
| |
תרשיש
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, דער רמבם רעדט בכלל נישט פון חכמת היד, נאר פון כישוף, (ווי פריער דערמאנט אז חכמת היד והפרצוף שטאמט גאר פון זוהר), אבער כדי צוצוקומען צו מסביר זיין פארוואס דעתי נוטה לסברת הרמבם אז כישוף איז נישט עכט, (בעסער געזאגט "ווי מיר האלטן") וויל איך ארויסברענגען א מעגליכקייט צו ציען א פאראלעל פון אמאל ביז היינט, און אויפווייזן אז פונקט ווי היינט איז דא אומצאליגע פלעצער וואו מענטשן רעדן זיך איין הונדערט פראצענט אין געוויסע זאכן אז זיי זענען עפעס העכערע כוחות, אבער היינטיגע צייטן מען קען גרינג אויפווייזן אז ס'נישט אמת, די זעלבע איז מעגליך געווען אמאל, און די אלע זאכן זענען געווען טריקס, און נישט קיין עכטע כישוף און דאס האט דער רמבם מעגליך איינגעזען.
אבער לגבי די האנט ביסטו גערעכט, און עס ליגט אוודאי דערין א חכמה (בכלל האבעך נאכנישט געהערט קיין אנדערן טעם וואס די פילע ליינס אויף די האנט זענען ) אבער אפילו דאס האלט איך אז די אלע היינטיגע קענען דאס נישט, און פון דעם ציה איך א קל וחומר בן בנו אז די אלע אנדערע זאכן וואס זענען דורכאויס אילוזיעס און פאלש , זאל מען זיך אין זיי נישט איינרעדן.
(ביטע נישט טראכטן אז איך מיין אז איך קען מיך אריינמישן אין אזעלכע פארוויקלטע ענינים און אריינטייטשן אין אזעלכע ארזי שבחבורה, ווייל דאס אלעס איז לפלפולא בעלמא.)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 09:07 |
|
| |
הקדמה. איך וועל נישט שרייבען וועגען הלכה. דאס וועל איבער לאזען פאר גרעסערע ת"ח פון מיר
איך וועל נאר שרייבען פונעם מציאות. כ'וועל עס איינטיילען אויף קלענערע סעיפים.
א) כישוף
אין כישוף איז דא פארשידענע מינים ווי למשל
1. new age qabala וואס ווערט גענוצט מיט להבדיל די עשר ספירות
2. wicca וואס ווערט אויך אנגערופען דורעך אסאך מענטשען witchcraft דאס איז וואס מיר ווייסען
אלץ א פרוי אנגעטוען מיט שווארצען און א שווארצע שפיציגע היט און דאס איז מער ווייניגער א
גלויבען וואס גלייבט און א god and godess עפ"ל
3. folk magic
וכ"ו וכ"ו
און די אלע גייט נאך היינט אן און אפי' און אמעריקע און נישט נאר און אינדיע. נאר דער חילוק פון
אמאל אין היינט (אזוי אויך דער חילוק פון דא אין אינדיע ) איז אז אמאל האבען זיי זיך באנוצט
דערמיט פאר פארשידענע זאכן סיי נארמאלע אין סיי שלעכטע (ווי די מעשה מיט די וואך נאכט) און
היינט באנוצט מען זיך דערמיט בדרך כלל נאר פאר לייכטע זאכען למשל פאר רפואות, געלט,
טרעפען פארלוירענע זאכן וכד' וכד' אויף ווי אסאך דאס העלפט אדער ארבעט איז זיך שווער
צוטענען ווייל מ'דארף גלייבען.
ב) אחית עינים -וואס מיר ווייסען היינט פאר כישוף- איז א "מלאכה" ואינה חכמה, אין יעדער קען
דאס טוען נאכן ווייזען ווי אזוי.
ג) חכמת היד והפרצוף. איז (כמעט) דאס זעלבע ווי אמאל נישט געטוישט דהיינו וואס עס שטייט נאך
אין זוהר ווערט נאך היינט באנוצט סיי דורך אין להבדיל גויים. און נאכמער עס איז דא פון די כינעזע
וואס האבען דאס זעלבע מקובל פאר טויזענטער יארן, ווי אויך די ציגיינער, און אלעס גייט אויפען
זעלבען וועג.
המשך יבא אי"ה.... און ווער עס וויל עפעס פרעגען ביז אהער, בכל הכבוד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 15:59 |
|
| |
עולם מלא שכוח פאר די אינפא.
בנוגע כישוף וואס איז נאר געמאכט צו היילן, און עס איז איבערצייגט אז עס העלפט איז דא וואס האלטן אז עס איז מותר. (איך מיין אז לויט טייל אפילו חולה שאב"ס )
אחיזת עינים פון די ספרים קוקט אויס אז זיי האבן יא געהאלטן אז עס איז טאקע דא אחיזת עינים וואס איז א חכמה און נישט כישוף אבער עס איז אויך דא , לויט זיי, וואס האט יא צוטאן מיט כישוף.
ביי חכמת היד איז די שאלה צי די אלע האבן טאקע די זעלבע סימנים ווי דעם זוהר, איך האב זייער מורא אז נישט, . קען זיין די הויפט כללים זענען די זעלבע, אבער עסס האט דאך הונדערטער צווייגעלעך, און איין זאך קען איבערדרייען אלעס ארום און מען דארף זיין אן עכטער מומחה צו קענען געהעריג אפטייטשן א האנט. אויב איז יא אנדערש זייערע אנווייזונגען איבער די האנט שטריכן ווי דעם זוהר איז דאך דאס אויטאמאטיש אויפגעוויזן פאלש.
|
|
|
|
|