בית פורומים שיעור עיון

מודה אני / שש זכירות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2006 02:11 לינק ישיר 
מודה אני / שש זכירות

[די פאלגנדע תגובה קאפיר איך פון "היימישע קרעטשמע" וואו איך האב דערווייל נישט באקומען קיין אנטווארט אויף קיינע פון די שאלות, איך האף אז דאהי וועט מען מיר יא פארענטפערן, כאטש א טייל פון זיי].

עס האבן זיך מיר אנגעזאמעלט עטליכע שאלות, וועל איך זיי דא אויסלייגן, און זאל מיר דער עולם ענטפערן ביטע:

1. אין די סידורים שטייט ביי "ברכות זאגען פיר קינדער" די פאלגענדע זאכען: "מודה אני", "ראשית חכמה", "ברוך שם", "תורה צוה", "שמע בני", "תורה תהא", "ואתם הדבקים".

צוערשט וויל איך וויסן ווער עס האט מסדר געווען די פסוקים אדער בקשות צו זאגען יעדן צופרי?

צווייטנס, איז דאס טאקע נאר פאר קינדער?

דריטנס, מעג מען דאס זאגען פאר ברכת התורה? עס איז דאך דא דארטן פסוקים?

פערטנס, וואו שטייט "תורה תהא אמונתי"? עס איז נישט קיין פסוק אין ערגעץ (באמת איז "מודה אני" אויך נישט קיין פסוק, אבער דאס איז א הודאה אויפן צוריקבאקומען די נשמה, ווידער "תורה תהא" איז א בקשה, און מען לייגט דאס אריין צווישן פסוקים)?

פיפטנס, פארוואס זאגען אונזערע קינדער נישט "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד"? (איך זאג עס מיט מיינע קינדער ווייל עס שטייט אין סידור, אבער זיי זאגען "מיין רבי/טיטשער זאגט עס נישט". איך קלער אז דאס איז א טעות, ווייל געווענליך זאגט מען דאס שטיל, מיינען די רבי'ס אז מען ברויך דאס נישט זאגען בכלל).

2. די "שש זכירות" וואס מען זאגט נאכן דאווענען, אויף וועלכן סדר זענען זיי אויסגעשטעלט?

אין איין סידור שטייט אזוי: 1. למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך. 2. זכור את יום השבת לקדשו. 3. רק השמר לך וגו'. 4. זכור את אשר הקצפת וגו'. 5. זכור את אשר עשה וגו' למרים. 6. זכור את אשר עשה לך עמלק.

דעם סדר פארשטיי איך זייער גוט, עס גייט לויט די סדר השנים, צוערשט איז געווען יציאת מצרים, דאן זענען מיר באפוילן געווארן אויף מצות שבת, דאן איז געווען מתן תורה, דערנאך האבן אידן דערצערנט אין מדבר, דאן איז פארגעקומען די מעשה פון מרים, און צולעצט די מעשה פון עמלק (און איך פיר זיך טאקע צו זאגען אויף דעם סדר).

אבער אין אנדערע סידורים זעה איך די סדר אזוי: 1. למען תזכור. 2. קבלת התורה. 3. עמלק. 4. מדבר. 5. מרים. 6. שבת.

אויף וועלכן סדר איז דאס באזירט? נישט אויף די סדר הפרשיות אין די תורה, און נישט לפי הזמנים?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > מודה אני / שש זכירות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext