| נשלח ב-15/5/2006 22:55 |
|
| |
ממעג עסן א איי מיט א בלוט טראפ?
אין א אנדערע פורם האב איך געזען א שאלה אויב מען מעג באצאלן א גוטע איי ווען מהאט געבארגט א איי מיט א בלוטס טראפ האב איך דארט געשריבן אז לכאורה יא ווייל אסאך דיינים האלטן אז עס איז כשר אפילו מיט די בלוט ווייל סנישט קיין עכטע בלוט היינטיגע צייטן. האט איינער שוין געהערט דערוועגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 02:06 |
|
| |
קאפי פון א ספר (בכת"י) פון א מורה הוראה בזמנינו:
לכתחילה אין מקילים בביצים שלנו אע"ג דבודאי ספני מארעא, וכן הנהיגו מאורי הדורות בכל המדינות להחמיר אף בביצים שלנו, והרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האריך בזה בספרו ויברך דוד (סי' צ"ב) בטעם המנהג, ומביא מס' באר משה שכ' שהוא כדי שלא לזלזל בדין דם ביצים.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
וכן נמצא לפעמים במעונות הקיץ (באנגעלוי קאלאני'ס) שקונים ביצים מאנשים פרטים המגדלים אפרוחים, דאז הוי ביעי דדכרא, וכן אלו האנשים המקפידים לקנות רק ביצי ארגעני"ק, צריכים להזהר מאד בבדיקתן.
ועי' שו"ת מנחת יצחק (ח"ד סי' נ"ו אות ג') דאף אם רוב הביצים הנמכרים הם מספנא מארעא, אם יש אחוז א' ממאה ביניהם שבא מזכר, יש לחוש לכל הביצים, מטעם סברת התפארת למשה הנ"ל, דמציאת הדם מורה באצבע שבודאי בא מזכר, וא"כ אין זה ספק השוה, (ובמקומות שלנו אין במציאות שיתערבו ביצים הבאים מזכר בתוך ביצים דספנא מארעא, אבל ראיתי כתוב שבא"י מגדלים פ"ה אחוזים מן האפרוחים למכירת ביצים וספני מארעא, וט"ו אחוזים נולדים מזכר ומשתמשים בהם לגידול אפרוחים, ואם יש להם די והותר שנולדו מזכר, מערבים הביצים הללו בתוך הביצים האחרות דספני מארעא ומוכרים כולם לאכילה, ולכן יש ליזהר ולחשוש עליהם עכ"פ לכתחילה ולא להקל בהם מטעם ספנא מארעא).
ובס' קנין תורה בהלכה (להרב מ'שטראסבורג, ח"ב סי' ז') כ' להחמיר בדספנא מארעא, דיש לחוש שמכניסים בתוך מאכלם דבר שיש לו שייכות לזרע הזכר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 03:28 |
|
| |
אין ספר פתחי חושן אויף חושן משפט רעדט ער איבער די שאלה , איך האב עס נישט צו דער האנט , ווער ס'וויל קען נאכקוקן.
די שאלה טראכט איך איז אביסל קאמפליצירט, ווייל קודם כל איז דאך ננישט מעגליך צו וויסן ווען מען בארגט אן איי, צי עס גייט האבן א בלוטס טראפ, דעריבער קען זיין אז ווען מ'בארגט איז דאס שוין אין חשבון אז עס קען זיין אז איינע פון די אייער איז א בלוט'ס טראפ ווייל מען ווייסט אז יענער קען דאס נישט וויסן. אדער קען זיין אז ניין, פאקטיש אויב האסטו געבארגט נאר עלף גוטע אייער, און דו באצאלסט צוועלף, וואס דאס איז עכטע רבית.
און די זעלבע זאך איז ווען איינער בארגט אייער (און קיינע האט נישט געהאט קיין בלוטס טראפ) און ווען ער באצאלט האט יא איינס א בלוטס טראפ, איז דאך די זעלבע זאך אז ער קען באצאלן איינס מיט א בלוטס טראפ,
ווייטער איז די שאלה, דער מענטש וואס האט געבארגט דעם איי מיט א בלוטס טראפ , צי קען ער צוריקגיין צום גראסערי מאן און פאדערן א אנדערע איי, ווייל אפשר קען מען זאגן אז דאס איז געווען א מקח טעות , ווייל ער וואלט עס נישט געקויפט ווען ער ווייסט ווען אז עס האט א בלוטס טראפ. אדער קען זיין אז דאס ווייזט טאקע אז וויבאלד ווען דו קויפסט ווייסטו דאך קלאר אז דער גראסערי מאן ווייסט נישט און קען נישט וויסן צי איינע פון די אייער האט א בלוטס טראפ, און דאך האסטו געקויפט, ממילא ביסטו ווי אויטאמאטיש איינגעגאנען אז אפי' עס וועט האבן א בלוטס טראפ , ביסטו אקעי דערמיט. אדער קען זיין אז האסט פשוט נישט קיין ברירה און מוזט קויפן, אבער ביזט נישט איינגעגאנגען אויף נאכצוגעבן, נאר מען וועט זען צי עס האט און אויב יא, קום איך צוריק צו דיר.
ווידער איז די שאלה צי קען דעמאלטס דער גראסערימאן צוריקגיין צום אייער געשעפט, מיט די זעלבע תורה.
די היינטיגע בלוטס טראפן זענען נישט די עכטע און הארבע בלוטס טראפ, און איז פיל גרינגער, דעריבער קען זיין אז עס נישט אוזי הארב, ווייל עס מיינט נישט אז מען האט ממש געגעבן א זאך וואס איז גארנישט ווערד. דאס איז פאשרטייט זיך סתם גערעדט, און נישט למעשה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 14:47 |
|
| |
מענין לענין באותו ענין:
מיין טאכטער אונטער די צוועלף פלעגט קלאפן און באקוקן אייער, ביז א חבר'טע האט איהר געזאגט אז מ'טאר נישט אונטער בת מצוה!
האב איך אנגעפרעגט דעם דיין, נאכ'ן אריינקלערן האט ער געזאגט: "זאג איהר צו א (קליינע) מטבע פאר יעדע בלוט'ס טראפ וואס זי געפינט".
וואס זאגט דער עולם? האט איהר געוואוסט דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2006 04:27 |
|
| |
אינטערסאנט טאקע.
איך האב געוואוסט אז קינדער אונטער בר/בת מצוה זענען נישט באגלייבט לגבי טבילת כלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2006 04:42 |
|
| |
איך ווייס אז א דבר שיש בה טירחה ווי בדיקת חמץ אדער קלויבן קרויט זענען נשים נישט באגלייבט אויף א דאורייתא נאר אויף א דרבנן.
איך מיין אז קטנים איז נישט מטעם נאמנות, סאיז פשוט מעשה קוף בעלמא, כאטש לגבי טבילת כלים איז מען מקיל ווען א-גדול עומד על גביו , ווייל דעיקר איז אז סאיז אונטערגעטונקען געווארן.
אבער אזאך וואס דארף עכט א בדיקה להוציא פון א חזקת איסור? וויס איך נישט צו א קטן איז באגלייבט
פארוואס מגלייבט נשי דידן?
איין אנדערער אשכול...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2006 23:39 |
|
| |
באטשי שרייבט
איך ווייס אז א דבר שיש בה טירחה ווי בדיקת חמץ אדער קלויבן קרויט זענען נשים נישט באגלייבט אויף א דאורייתא נאר אויף א דרבנן.
ווער האט באקיקט ביי דיינע עלטערן אינדערהיים די קרויט, פאר שמחת תורה? דיין טאטע האט עס געטיען?? ווייל נשים זענענן נישט באגלייבט, אין מען רעדט פין א דאוריתה יעדע שרץ איז 6-7 לאווין!
איז נישט מעשים בכל יום אז נשים וקטנים באקיקען די אייער פאר בליטץ טראפ? אדער די לעטערס אין די קרויט, האבן אונזערע עלטערן געלעבט אין א טעות, אין זיי האבן דאס אלעס ציגעלאזט?
אין א רעסטעראונט ווי איך עס כסדר, גיט די בי"ד א השגחה, אין נשים זענענן די וואס באקיקען די קרויט/לעטערעס, א דאוריתה!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 01:58 |
|
| |
איר זעט דאך שוין אליין אז באקוקן אייער איז גארנישט מדינא, למעשה פארלאזט מען זיך אויף די זאכן וואס די מציאות איז אז די נשים זענען יא מקפיד, און אפילו נאך בעסער ווי מענער.
|
|
|
|
|