'מסכת שקלים' בבלי אדער ירושלמי?
עס איז א שטיקל דבר בעתו, ווייל די לומדי דף היומי לערנען יעצט די שווערע מסכת שקלים וואס איז געדרוקט אין יעדן ש"ס בבלי, עס ווילט זיך אבער וויסן פארוואס איז די מסכתא אריינגעדרוקט געווארן אין בבלי? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי אלע אנדערע מסכתות פון ירושלמי וועלכע מען האט נישט אריינגענומען אין תלמוד בבלי, נישט לגבי דפוס און נישט לגבי לערנען דף היומי.
אין דעם פורום בחדרי חרדים האב איך געזען א שמועס דערוועגן, אבער נישט געפונען קיין געהעריגע תירוץ, בעט איך יעדן וואס האט א תירוץ זאל מיר ביטע מודיע זיין.
|
|