| נשלח ב-30/8/2006 18:22 |
|
| |
איז "צריך להודיעו" א סתירה צו "מתן בסתר"?
חז"ל הקדושים זאגן (שבת י' ע"ב, ביצה ט"ז ע"א) הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו.
איז דאס נישט קעגנגעזעצט צום ענין פון "מתן בסתר"?
פארשטייט זיך אז מען קען אסאך מחלק זיין צווישן די צוויי, איך וויל נאר וויסן וואס עס איז דער הויכפונקט פונעם חילוק, ווענדט זיך עס אויב מען געט געלט אדער א חפץ? אויב מען געט פאר אן ארימאן אדער פאר אן עושר? צו מען קען יענעם אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2006 02:27 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס דו דרייסט צוזאם צדקה מיט מתנה דער חילוק איז זייער פשוט,
ווען א איד שיקט זיין מחותן א זילבערנעם שיסל זאל ער נישט מיינען אז דאס איז פין זיין ביזנעס שותף,
און ווען מ'שטעלט צוזאם ביי אים פאר זיין מחותן (ח"ו) חתונה צו מאכן, זאל זיך יענער נישט שעמען אים צו קוקן אין פנים.
ווי ווייט איך פארשטיי איז דאס ענין פון מתן בסתר בעיקר די בושה, (און אפשר אז דער נותן זאל זיך נישט שפירן בגאווה ווען ער זעהט יענעם, אני העשרתי..) ממילא ווי עס איז נישט שייך ובפרט א מתנה וואס איז געווענליך מרבה צו זיין אחוה וריעות איז לכאורה פונקט פארקערט.
תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 31/08/2006 2:34:13
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2006 20:36 |
|
| |
היינט האב איך געפונען אז דאס איז גאר א מפורש'ע תוספות אין שבת (י' ע"ב), עיין שם.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 05:23 |
|
| |
זעה רש"י ביצה שם אז די סיבה איז כדי להרבות אהבה וריעות בישראל, בין איך מסכים צו קאמענטאטאר.
|
|
|
|
|