שער המחשבה
ברוכים הבאים און Welcome everybody
נו, נאך א חכם האט זיך געעפנט א פורום, זיך אויסצוגעבן זיינע בויך דרוקענישן! יא, אזוי איז דאס טאקע, נאר מיט איין וועריאציע. דער פורום באשטייט נישט פון איין חכמ'ס מח ליפטערינגען, נאר עס איז א צוזאמקונפסט-ארט פאר מאנכע חכמים, צו זאגן וואס זייער מח טראכט און הארץ באגערט. און חכמים מיין איך טאקע קלוגע-לייט!
וועט איר פרעגן: אין וואס דעפינירט זיך דער זין פון א קלוגן מאן? האט אונז משה רבינו אויסגעלערנט אין אונזער תורה: 'ומלתם את ערלת לבבכם וערפכם לא תקשו עוד', וואס טייטשט זיך אויס: איר זאלט אויפשניידן דעם צוים וואס באנעמט אייער הארץ [וואס איז דאס פארקערטע פון א חכם] און דאן וועט איר נישט פארהארטעווען אייער גענאק. דאס הייסט אז טיפשות צייגט זיך ארויס מיט עקשנות, אדער ווי די רבי'ס פלעגן דאס רופן: הארט-נעקיגקייט.
מיר דא האמיר שוין ארום געקלעטערט אויף אסאך וועגן און געזוכט דעם אמת, און מיר זוכן נאך ווייטער. מיר האלטן זיך נישט אפ פון זיין אפן צו אנדערע צדדים, און אנדערע מיינונגען. און די מיסיע פון דעם בלאג איז טאקע אויף דעם געשטעלט אויסצושמועסן אנגעלעגנהייטן מיט א ברייטקייט, און הערן אנדערע מיינונגען איבער די נושאים, ביז מען וועט זיך דערגרונטעווען צום אמת.
ממילא דו ליינער! ווען דו ליינסט א מיינונג וואס איינער שרייבט, באטיטל איהם נאך נישט אלץ קליין-קעפיג, אפילו דו האלטסט אנדערש. ווייל ווי פלעגט נאר דער רבי זאגן: דארט וואו דו גייסט, פון דארט קום איך שוין!
 |
|
|