| נשלח ב-16/11/2005 18:58 |
|
| |
באמבע קשיא'ס
מאכט זיך אמאל אז מ'פרעגט דיך א קשיא און די שטארקייט דערפון פלאצט אין דיין פנים אז די ווייסט נישט וואו זיך אהון צו טוען פאר וואכן, און צומאל חדשים אדער יארן, לאנג.
א דוגמא.
קשיא:
ווי אזוי קען זיין א מחלוקה אויף "זמן" קריאת שמע. קר"ש האט מען דאך ג'ליינט פונעם ערשטן טאג אן, וואלט מען ג'דארפט וויסן דעם זמן אויך? און פארשטייט זיך אז ס'דא וואס וועלן ברענגן א ראי' פון דעס אז קר"ש איז א חכמים'דיגע אויסטרעף און ס'איז נישט דא קיין מסורה דערויף.
תירוץ:
די מסורה זאגט אונז נאר אז 'בשכבך ובקומך' מיינט נישט נאר די פשוטע פשט אז 'הדברים האלה' זאל כסדר זיין 'על לבבך', נאר ס'מיינט אויך אז די פרשה אליינס, 'ואהבת', זאל זיין 'על לבביך' סיי 'בשכבך' און סיי 'בקומך'.
בנוגע זמן קריאת שמע, דאס ווענד זיך און למעשה, ווען שטייען מענטשן אויף צופרי און ווען לייגט מען זיך. קען טאקע זיין אז היינט, אין די וועלט פון לעקטער, איז זמן קריאת שמע שפעטער.
די קשיא האט מיך געשטערט א לענגערע צייט, אבער נאך מער, די קשיא האט מיר "געווארפען" אין פנים, טאקע דא אין הייד פארק, איינער וואס האט שוין אפגעמאכט אז ס'איז בכלל נישט דא קיין מסורה. קומענדיג פון אזא איינעם נעמט דאס אוועק דאס גלייכגעוויכט און עס פאלצט און פנים.
דער אויפטו פון דעם פארום איז, לדעתי, אז די חכמים וואס שרייבן דא, דארפן נישט האבן א תירוץ אויפ'ן פלאץ. ס'האט צייט. קריאת שמע בלייבט ווייטער א מצוה דאורייתא, מיטן קשיא אינאיינעם. ווען א נושא איז דרוכ-געקייעט געווארן גאר א לענגערע צייט, קען מען נעמען שריט צו טוישן.
[דרך אגב, האלט איך אז די סיבה פארוואס דער יעניגער האט באשלאסן אז קר"ש איז נישט במסורה, איז נישט וועגען די קשיא'ס וואס ער האט געהאט. ער האט בעצם א פראבלעם מיט תורה מסיני במילא נוצט ער אלע קשיא'ס וואס ער האט לראי' צו זיין שיטה אויף תורה מסיני,און אויב קר"ש איז נישט במסורה געט דאס צו, צו זיין שיטה אז ס'איז בכלל נישט דא קיין מסורה.]
לסיכום: אין דעם פארום שטעל דיין קשיא'ס וואס שטערן דיך גאר שטארק וועסטו האפנטליך קענען באקומן א תירוץ שנעלער, און טאמער נישט וועסטו עכ"פ פילען רואיגער, וועסטו ממילא קענען טראכן בעסער.
תוקן על ידי - NOTCERTAIN - 16/11/2005 19:56:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 18:28 |
|
| |
דער נישט-זיכערער שרייבט:
"קען טאקע זיין אז היינט, אין די וועלט פון לעקטער, איז זמן קריאת שמע שפעטער".
לכאורה האט דער חכם הכותב אנגענומען, אז הלכות טוישן זיך לויט די צייט. ווי מען זעט טאקע אז הגאון רבי משה פיינשטיין האט מתיר געווען בימינו חלב עכו"ם, און עס לייגט זיך טאקע אזוי אויפ'ן שכל.
וויל איך פארשטערקערן דעם געדאנק, אז לכאורה איז דאס אידישע פאלק, דער מוסטער פון טויש! זיי זענען געווען די ערשטע וואס האבן געטוישט פון די קאנווענשאנעל וועג, סיי ביים אננעמען א גאט, סיי ביים אננעמען די תורה מיט אירע דעמאקראטישע געזעצן, א.א.וו. עס איז נאר די לעצטערע דורות וואס ווילן זיך נישט טוישן, אבער אריגינעל זענען די אידן די וואס טוישן זיך לפי הזמן והמקום, ווי מ'טרעפט טאקע אין גמרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2005 19:00 |
|
| |
בא'חן'טער ציגעלע
צו וואסערע דעמאקראטישע הלכות באצוסטו דיך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2005 21:21 |
|
| |
לויט ווי עס ווערט אראפ געברענגט אין געוויסע היסטארישע מקורות [הגם נישט אלע זענען אזוי קראנט], איז אין יענע צייטן פאר די תורה איז געגעבן געווארן [און אויך שפעטער], האט געהערשט איבער די מענטשהייט דיקטאטורישע קעניגרייכן. דער אינדיווידזשועל האט נישט געהאט קיין חשיבות פאר זיך. ווי מיר טרעפן אויך אין די תורה ביי דור הפלגה, אז די גאנצע ארבעט איז געווען נאר אז עס נעמען זיך צוזאם א גרופע מענטשן, און בויען א מגדל, 'ונעשה לנו שם'. דער חשיבות איז געווען דער פארלאמענט, נישט דער יחיד.
די תורה האט געגעבן א געלעגנהייט פאר יעדן יחיד צו שטייגן און ארויס ברענגען זיין חשיבות. יעדער האט צוטריט דערצו, עס באלאנגט נישט נאר צו ראיעל פעמיליס. אין די תורה ווערט זייער אסאך מאל ארויס געברענגט דאס זיך רעכענען מיט א יחיד, ספעציעל מיט אן אומבאהאלפענעם יחיד.
אויך די הלכות פון עבדות, ווייזט אויף די דעמאקראטיע פון די תורה. אן עבד באלאנגט נישט צום מענטש, דו קענסט נישט טון מיט איהם וואס דו ווילסט, און נאך א געוויסע צייט מוזטו איהם לאזן פריי גיין, וכו' וכו'.
דער געדאנק פון א קעניג, ווערט אויסגעשמועסט אין די תורה: 'שום תשים עליך מלך' דו וועסט נעמען אויף דיר א קעניג. נישט דער קעניג וועט ארויף רייטן בחזקה אויף דיר. ווי עס איז טאקע געווען אז דריי הונדערט יאר האבן די אידן נישט געהאט קיין קעניג, ביז זיי האבן עס פארלאנגט פונ'ם נביא.
און דאס מיין איך מיט דעמאקראטיע...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 03:20 |
|
| |
So maybe nowdays if people wash their hands before they eat with soap- maybe they dont need to wash six times with a keili
its something that bothers me a long time now and it would be a revolution if some torah authority would approve
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2006 02:51 |
|
| |
די וועג פון שחיטה וואס די תורה הק' האט אוועקגעשטעלט איז אויך געווען דעמאלטס די גרינסטע וועג מיט די ווייניגסטע יסורים פאר'ן באשעפעניש.
היינט אבער איז שוין דא אסאך גרינגערס פון דעים ווען מיט א קליינע שאט סטאפט מען די הארץ קלאפען, און די בהמה שפירט ממש גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 05:09 |
|
| |
זלמן לייב איז דען נישט דאן געווען גענוג שטארקע סם'ן וואס זאלן טויטן די בעל חי אויפן פלאץ אן קיין יסורים?!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2007 10:34 |
|
| |
| bilbo22 כתב: |  |
Somaybenowdaysifpeoplewashtheirhandsbeforetheyeatwithsoap-maybetheydontneed
towashsixtimeswithakeili
itssomethingthatbothersmealongtimenowanditwouldbearevolutionifsometorahauthoritywouldapprove
|
|
די פרעגסט א אינטערעסאנטע קשיא, און ס'זעהט נישט אויס ווי די פראבירסט צו "לייקענען" אזוי ווי אנדערע דא, וועל איך דיר ענטפערן.
איך האב זיך געלערענט "קינזיעלאגיע" "קיציאלידשי" ס'איז ענליך צו "מוח אחד" "וואן ברעין", און מיין רבי "א גוי" האט מיר געזאגט אז אויב איך ווער איבערגענומען "עימאשענעלי" פון מיין פאציענט "זאל איך וואשן די הענט מיט א כלי 6 מאל" אדער "זיך איינטינקען און וואסער ביז איבערן קאפ". ער איז א "גוי גמור".
_________________
|
|
|
|
|