א הצעה פאר די הצלאחע פון ענקער פארום
עס איז דא אסאך חברים פון עצור כאן חושבים וואס שרייבען ווייניג ווייל עס איז זיי שווער אין ענגליש און עיברית.
זעלבסט פארשטענדליך וואלט עצור גיקענט אויפמאכען אן נייער עצור אויף יידיש אבער די מנהלים זאגען דאס זיי זענען שוין גינוג פארפלייצט מיט ארבייט.
דערפאר זייענדיג ענקער פארום צום ערשטען מאהל, איז מיר איינגיפאלען אז עס וואלט גיווען שייך א געוויסע שותפות אזוי אז מצד אחד דיא יידישע עצורניקעס זאלען טרעפען א פלאץ לחשוב מחשבותיהם און מצד שני דאס דער פארום זאל בלייבען לעבען.
וואס עס פאלט מיך איין טאמער עס קומט צו עפעס, וואלט גיווען רעכט צו גרינדען נייע ניקס למנהל ולמנהל משנה און דאס זאל זיין בשותפות פון ענק און פון עצורניקעס.
וואס מיינט איהר?
בברכה.
|
|