| נשלח ב-23/3/2006 00:38 |
|
| |
בליק אינעם צעטל קטן פון ר"ר אלימלך
ב"ה
יום ד' לסדר ויקהל וגו' את כל עדת (ויק"פ)
פותחין בכבוד האכסניא (ברכות סג:), יישר כח פאר מנהלי הפורום, חילכם לאורייתא.
אינעם "צעטל קטן" פונעם ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע,
סעיף א': בכל עת ורגע שהאדם פנוי מן התורה, יצייר בדעתו כאילו בוער אש גדול ונורא עד לב השמים, והוא בשביל קדושת השם יתברך שובר את טבעו ומפיל את עצמו להאש על קידוש השם, ומחשבה טובה הקדוש ברוך הוא מצרפה למעשה ונמצא מקיים מצות עשה זאת של ונקדשתי בתוך בני ישראל, ע"כ.האט ר"ר אלימלך געגעבן אן עצה וואס צו טוהן בשעת מ'איז ליידיג.
מיין פראגע איז: איז זיין כוונה געווען אז מ'זאל נישט זיין פוסט און ליידיג, צו ער האט געוואלט אריינבאקן דאס מסירת נפש יעדע מינוט ווען מ'קען.
נפקא מינה: א' ווען איך האב יעצט די ברירה, פארענדיג אין קאר צו איבער'חזר'ן מיין שיעור אויף אויסווייניג, אדער טראכטן "נאכאמאל" פונעם גרויסן פייער, זאל איך דווקא אויסוועלן דעם "קידוש השם" אלטס דעם ערשטן אויסוואל?, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל?
אנדערע פראגעס:
א. איז די צעטל קטן געשטעלט אויף מאמרי חז"ל ראשונים אחרונים, צו דאס איז געווען דאס קאכעדיגע הייליגע לעבן פונעם ר"ר אלימלך אליינס? לכאורה דאס גאצע לשון, דאס זאגן מודה אני בתרגשות עצומה, אדער דאס זאגן לשם יחוד וכו' פאר א מצוה איז וויאזוי דער צדיק האט עס אליינס געשפירט, אבער לאמיר נאר כאפן א בליק אויף סעיף ה, וזל"ק: כשיתחיל להתעורר בו מדה רעה ח"ו ממדות רעות שהוא רגיל בהם כגון עקשנות ובושת של גאוה ועצלות ובטלה המביאה לידי שיעמום וכיוצא בהם יאמר תיכף ומיד בזה הלשון ובכל כחו "הכנעני החתי האמורי הפריזי החוי והיבוסי והגרגשי" וינצל.
דאס איז מיר, הדיוט שבהדיוטים, שוין א וואונדער, ווי קען זיין אז אזעלכע נעמען זאלן ראטעווען א אידישן נפש פון באגיין עבירות? [יא, היינט צו טאג העלפט עס "ווייל" ר"ר אלימלך האט שוין אזוי געשריבן, אבער ווי נאך געפינט מען אזוינס אז נעמען פון אזעלכע קליפות זאלן גאר "מציל" זיין?]
ב. קען מען דאס טוהן זיצענדיג אין ביהכ"ס? אויב יא איז דאס איינע פון די מצות וואס מ'קען מקיים זיין אויף אזא מקום.
[מענין לענין: וואספאר א מצוות מ'קען מקיים זיין אין דעם מקום א. שניידן די נעגל אין די רייע ווי ס'ווערט אויסגערעכנט אין רמ"א סי' רס"א ב. מאכן דעם חשבון וויפיל צו באצאלן פאר איינעם, "פריעת בעל חוב"/"לא תלין" וגו' ג. בשעת'ן זיצן אין א ביהכ"ס פון א חבר, אדער אין ביהמ"ד, אז מ'איז נישט מזיק גארנישט, ["נישט" עסן קיין חזיר, "נישט" דינען קיין ע"ז רח"ל, קען נישט ארבעטן ווייל ס'דארף זיין "בבא דבר עבירה לידו" והבן].
אל כבוד המנהלים, דער פורום איז ניי, איך ווייס נישט צו מ'האט געזוכט מיינע אומ'בא'טעמטע סחורה, אז ס'איז נישט אין פלאץ מעקטס עס אויס. [אדער, עפענטס א פורום ווי מ'קען דאס יא שרייבן... ...]
צום שלוס, דאס איז א PDF FILE פונעם צעטל קטן. http://www.teachittome.com/misc/Tzetl-Katan.pdf
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 01:12 |
|
| |
עצה טובה;
אויף דיין ערשטע שאלה, מיין איך אז דער צעטיל קטן אליינס פארענטפערט דאס, זיין לשון איז דאס "בכל עת ורגע שהאדם פנוי מן התורה" איז דאך זיכער אז אויב די האסט וואס איבערצולערנען, וויל ער אויך אז די זאלט ענדערט איבער לערנען, ווי צו טראכטן פון קידוש השם.
נאר וואס יא, ווען די האסט נישט וואס איבערצוחזרן (צו דאס וואס די האסט געלערנט איז צו טיף איבערצולערנען בשעתן דרייוון כמאמר הכתוב "אל תגרזו בדרך") דעמאלט אנשטאט צו טראכטן שטותים, טראכט פון קידוש השם.
ליידער היינט ווען עס איז דא אזויפיל פון די עתים און רגע'ס וואס מען אז פנוי, און אויב וועט מען נוצן די עצה פונעם צעטיל קטן, וועט במילא איינגעבאקן ווערן קידוש השם אין די ביינער.
כנלע"ד, און לגבי די אנדערע ווייס איך נישט.
עטוואס בין איך ברוגז אויף דיר עצה טובה, פארוואס רופסטו דאס אן אומבאטעמטע סחורה???
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 03:19 |
|
| |
עצה-טובה
צוערשט א תיקון טעות, די נעגל שניידן הלכות ווערן געברענגט אין סימן ר"ס (נישט רס"א).
שנית, לגבי זיצן אין בית הכבוד, קען מען מקיים זיין אויך די הלכות פון שלחן ערוך, עס איז דא א גאנצע סימן געווידמעט אויף "הלכות בית הכסא", צב"ש מיט וועלכע האנט אדער וועלכע פינגער מקנח צו זיין, זיצן בצניעות וכדומה.
וכאן המקום לעורר: מענטשן וואס ווישן אפ קליינע קינדער, זענען טיילמאל נישט מקפיד צו ווישן מיט די לינקע האנט דייקא, פשוט ווייל מען איז נישט צוגעוואוינט צו נוצן די לינקע האנט ביים טאג-טעגליכן רוטין, זאל מען אכט געבן זיך איינגעוואוינען דערצו.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 17:15 |
|
| |
כשיתחיל להתעורר בו מדה רעה ח"ו ממדות רעות שהוא רגיל בהם כגון עקשנות ובושת של גאוה ועצלות ובטלה המביאה לידי שיעמום וכיוצא בהם יאמר תיכף ומיד בזה הלשון ובכל כחו "הכנעני החתי האמורי הפריזי החוי והיבוסי והגרגשי" וינצל.
ס'איז מבואר אין ספרים (תניא אין נאך) אז די מדות מגונות ביי א איד נעמט זיך פין קליפת נוגה וואס דאס איז טוב ורע אויסגעמישט, אין די עבודה איז דאס מברר זיין. מיט זאגן בכל כחו הכנעני החתי האמורי הפריזי החוי והיבוסי והגרגשי" שטעלט ער די רע אויפן פלאץ. כנלע"ד
אויף מער א פראקטישן באלבאטישע וועג : זיך אפגעבן מיט ארויס טרייבן א שלעכטע מחשבה איז קאנטער פראדאקטיו. אין ווי באלט א מענטש קען נישט טראכטן צוויי מחשבות אויף איינמאל, אין דא מיז ער יעצט זאגן פאר זיינע מחשבה "ווארט איין מעניט איך קים שוין צוריק, פאר מיר גייען ווייטער מיז איך זאגן (מיז נישט זיין א אויסענווייניגע שריי) בכל כחו דעם קאמפלעצירטע הכנעני החתי האמורי הפריזי החוי והיבוסי והגרגשי" איז ווען ער וועט צוריקימען וועט ער זען אז די מחשבה האט נישט אויסגעווארט. לויט דעם גאנג קען ער אפשר זאגן אנא בכח
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 17:32 |
|
| |
findodort 
פארט לאזט זיך נישט זאגן אז דער רבי ר' אלימלך איז געגאנגען אויף דעם גאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2006 23:56 |
|
| |
פארט לאזט זיך נישט זאגן אז דער רבי ר' אלימלך איז געגאנגען אויף דעם גאנג
גאנג א' איז קרוב לאמת. (דארף מער הסבר, איך וועל עס איבער לאזן פאר איינעם מיט א בעסערע פעדער)
גאנג ב' האב איך סתם אזוי געשאסן, אבער געדענק אז דאס וואס איז געשריבן ברוה"ק קען מען אראנלערנען אויך וואס דער מחבר האט נישט בפירש אינזינען געהאט.
די עצם געדאנק איז נישט נאר מאדערן סעקאלעדזי, די חובת התלמידים ברענגט דאס, ווי אויך איז באקאנט פון איינע פין די בעלי מוסר וואס איידער ער האט זיך געבייזערט האט ער אנגעטון אזא היטעל.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|