| נשלח ב-24/3/2006 16:26 |
|
| |
דף היומי: עיונים הערות והארות
אין דעם אשכול וועט מען ארומרעדן אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט פון דף היומי.
וואס עס וועט אייך זיין שווער זאלט איר זיך נישט שעמען ארויפצוברענגן (מען איז דאך ממילא אונטער א ניק אדער צוויי) און די תלמידי חכמים דא וועלן דערויף דן זיין.
יישר כוח פאר aaatozzz פארן אויפברענגען דעם רעיון, און ער וועט זיכער זיין פון די גרויסע מגידי שיעורים דא.
חילך לאורייתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 18:07 |
|
| |
זעהט אויס איך וועל זיין דער ערשטער.
די גמרא אין די דף פון מיטוואך, פסחים דף ס"ד ע"ב זאגט אז מען האט אפגעציילט איין יאר וויפיל קרבן פסח מען האט מקריב געווען און עס איז אויסגעקומען צו א חשבון פון צוויי מאל ששים ריבוא וואס איז איין מיליאן צוויי הונדערט טויזענט. איך וויל פרעגען די חשובע גולשים איז דאס א גוזמא וואס די גמרא זאגט, צו איז בכלל מעגליך געווען צו שחט'ן אזויפיל בהמות אין איין נאכמיטאג?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 18:34 |
|
| |
עםסגולה123
די גמרא זאגט אז מען האט אפגעציילט און דו קלערסט אז דאס איז א גוזמא? דארט איז דאך געווען א געוואלדיגע סיסטעם, ס'איז געווען איינגעטיילט אין דריי, אויסגעשטעלט שורות פון כהנים, ס'איז געפארן ווי - להבדיל - ביים פאבריצירן א קאר, גע'שחט'ן, גענומען בלוט, געפארן געלאפן געשפריצט און אזוי ווייטער.
זעה אין תמיד כט. אויסגערעכנט אלע פלעצער וואו די חכמים האבן גערעדט בלשון הבאי וגוזמא.
אויך איז באקאנט אז די פאלגענדע נומערן אין ש"ס זענען בדרך כלל גוזמאות (איך האב אויף יעדע איינע ראיות און מקורות ואין כאן מקומו להאריך): 12, 13, 60, 300.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 19:23 |
|
| |
אבזרווירער,
ווי איז די מקור אז די נומער 60 אין ש"ס איז א גוזמא? ווייל די לשון הגמרא דא איז "ששים רבוא זוגי כליות", און עס איז מיר שווער געווען פארוואס ער זאגט נישט גלייך "מאה ועשרים רבוא כליות", וואס דארף ער עס מאכען אין זוגות? אפשר זאגט ער זעכציג פאָר טאקע וועגן דעם ווייל ער וויל ארויסברענגען די גוזמא דערפון.
ביטע ברענג א מקור.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 19:30 |
|
| |
לו יהא אז דער ציפער איז א גוזמא - וואס איז לגמרי נישט מסתבר אין אונזער פאל - איז זיכער אז דער ציפער איז ערגעץ אין די געגנט פון 2 מאל שישים רבוא, וואס נעמט גארנישט אוועק פון די קשיא.
אבער במציאות איז דאס איינע פון די פילע ניסים וואס זענען פארגעקומען ביים ביהמ"ק. פארוואס איז דיר נישט שווער וואו זענען געשטאנען אזויפיל מענטשן מיט אלע זייערע בהמות ? די גאנצע עזרה איז גרויס געווען 135 אויף 135 אמה, וואס מיינט 270 פיס אויף 270 פיס לכל היותר, וואס איז בערך 47 טויזנט סקווער פיס, יעצט לייג מיר אריין דארט 400 טויזנט מענטשן [מינימום, צוטייל ששים רבוא אין דריי], און פאר יעדן צוויי בהמות ? און רעכן אראפ דעם גאנצן היכל, מזבח, פלאץ פון די כהנים, וכו' וכו' וכו' [אפילו מ'וועט שוין אננעמען אז א ישראל מעג אריין אין עזרת כהנים ווען ס'איז נישטא קיין פלאץ אין עזרת ישראל].
דאס וואס די גמרא כאפט אן 2 מאל ששים רבוא איז נישט קיין קשיא, ששים רבוא איז זייער א באקאנטער ציפער, בפרט ווען די רעדע איז פון א קרבן וואס מען איז מקריב אלס זכר צו יציאת מצרים...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 20:07 |
|
| |
די גמרא זאגט דאך פעם אחת ביקש אגריפס המלך ליתן עיניו באוכלוסי ישראל ווער ווייסט אפשר איז דאס נאר געווען א ציפער וואס מעהאט אנגעגעבן פאר די PROGRAMS
|
|
|
|
| נשלח ב-24/3/2006 20:43 |
|
| |
טיילווייזע ליסטע פון מקורות אז 60 איז א גוזמא:
רש"י שבת ס"ו ע"ב ד"ה גושפנקי וז"ל: ולאו דוקא שיתין נקט.
רש"י שבת צ' ע"ב ד"ה שיתין וז"ל: שיתין, לאו דוקא, אלא מכסהו כסויין הרבה.
תוס' ב"ק צ"ב ע"ב ד"ה שיתין וז"ל: ובחנם דחק, דאורחא דגמרא בהכי, כמו "שיתין" תיכלי מטי לככא דבסמוך, ובאלו טריפות "שיתין" מאני דפרזלא תלו ליה בקורנסיה.
תוס' ב"מ ק"ו ע"ב ד"ה שיתין וז"ל: אי נמי כן דרך למינקט בכל מקום "שיתין".
ועי' מהרש"א בח"א שבת קי"ט ע"א ד"ה בתליסר (דשיתין משלים העשיריות?), ב"מ פ"ד ע"ב ד"ה הוו מייכי, בכורות נ"ז ע"ב.
ועי' רש"ש מגילה ז' ע"ב (גמ' קריבו לי שיתין צעי דשיתין מיני קדירה ואכלי בהו שיתין פלוגי כו').
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2006 04:59 |
|
| |
בא ללמד שרייבט, און איך שרייב אריין הערות:
אבער במציאות איז דאס איינע פון די פילע ניסים וואס זענען פארגעקומען ביים ביהמ"ק. אין מסכת אבות פרק ה' משנה ה' ווערט נישט אויסגערעכנט די הקרבת קרבן פסח צווישן די עשרה נסים וואס זענען געווען אין בית המקדש, און אין מסכת יומא דף כ"א פרעגט אויך נישט די גמרא פון די נס, אלא מאי איז דאס נישט אין כלל פון אלע ניסים, דאס איז געווען א דרך הטבע, וואס איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין מיט דעם סיסטעם וואס איז פארגעגאנגען דארט כידוע. פארוואס איז דיר נישט שווער וואו זענען געשטאנען אזויפיל מענטשן מיט אלע זייערע בהמות ? די גאנצע עזרה איז גרויס געווען 135 אויף 135 אמה, וואס מיינט 270 פיס אויף 270 פיס לכל היותר, וואס איז בערך 47 טויזנט סקווער פיס, יעצט לייג מיר אריין דארט 400 טויזנט מענטשן [מינימום, צוטייל ששים רבוא אין דריי]אפשר האסטו געוואלט שרייבן 200,000, וואס איז א דריטל פון 600,000. אבער למעשה שטייט אין די משנה אין פסחים ס"ד ע"א אז די כת שלישית איז געווען עמה מועטין, מיינט דאס אז ביי די אנדערע 2 כיתות איז געווען מעראון פאר יעדן צוויי בהמות ? פארוואס האט יעדער געברויכט האבן 2 בהמות? עס שטייט דאך אין פסחים ס"ד ע"ב "ואין לך כל פסח ופסח שלא נמנו עליו יותר מעשרה בני אדם און רעכן אראפ דעם גאנצן היכל, מזבח, פלאץ פון די כהנים, וכו' וכו' וכו' [אפילו מ'וועט שוין אננעמען אז א ישראל מעג אריין אין עזרת כהנים ווען ס'איז נישטא קיין פלאץ אין עזרת ישראל].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 18:05 |
|
| |
א' צו,
אין היינטיגן דף (פסחים עה.) איז דא א שטיקל גמ' וואס ברענגט נאך פון רב נחמן אז א בת כהן וואס מען איז דן לשרפה זאל מען געבן א גרינגערן טויט. פארוואס? אמר קרא ואהבת לרעך כמוך, ברור לו מיתה יפה.
שטעלט זיך די פראגע, דער פסוק גייט דאך ארויף נאר ווער עס איז רעך במצות, און איינעם וואס מען פירט למיתה גייט דען אריין אין כלל פון רעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 20:02 |
|
| |
דער רמב"ם שרייבט טאקע קלאר (אין פירוש המשניות סנהדרין פרק חלק יסוד הי"ג) אז עס גייט נישט אן קיין "ואהבת" ביי א רשע.
אבער אין שולחן ערוך הרב האט ער א דיון דערין, און איז נוטה צו זאגן אז אפילו ביי א רשע איז געזאגט געווארן די מצוה פון ואהבת און לא תשנא.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 04:05 |
|
| |
אויב דער רשע האט תשובה געטון קומט עם נאך אלץ מיתה.
אין אפשר וועגן דעם איז די גמארא ביי א בת כהן ווייל ודאי עשה תשובה, והבן
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2006 19:45 |
|
| |
כאטש מען האט שוין אריבערגעמישט דעם בלעטל צו מס' יומא, איז אבער אינטערעסאנט אראפצוברענגן א שמועס פון מיין ידיד הרה"ג ר' פנחס וויליגער פון קאנאדע וואס האט א וועכנטליכען דף היומי קאלום אין 'אלגעמיינער'.
יישר כוח פאר איינער פון די חשובע מעמבער'ס דקהילתנו פארן מיר עס צושטעלן אין אישי. ותחח"ל.
| איז געלט אין אַ שוהל הפקר? |
| דף היומי קאָלום |
|
הרב פינחס וויליגער |
| |
|
מסכת שקלים: "מעות שנמצא בין השקלים לנדבה, קרוב לשקלים יפלו לשקלים''.
דער מגן אברהם (סימן קנ''ב ס''ק כג) ברענגט אַ חידוש בשם האגדה, אז אויב מען טרעפט אַ חפץ אין בית המדרש קען מען זוכה זיין אין דעם, ווייל אַ חדר פון אַ בית המדרש איז ניט קונה פאַר דעם בית מדרש, ווי מען זעט פון פרק ז' שקלים.
זאָגט דער פרי מגדים אז דער מגן אברהם מיינט עס אונזער משנה, וועלכע זאָגט אז אויב מ'טרעפט געלט ''קרוב לשקלים'', דאַמאָלט גייט עס צו הקדש, אָבער אויב מען טרעפט די געלט אין בית המקדש ניט קרוב לשקלים, קען יעדערער זוכה זיין אין די געלט.
אָבער דער מחצית השקל זאָגט אַז די ראי' וואָס דער מגן אברהם מיינט מיט פרק ז' שקלים איז עס די צווייטע משנה וואו עס שטייט ''מעות שנמצאו בהר הבית חולין'', און מען זאָגט ניט אַז הקדש איז קונה די געלט. די זעלבע, לערנט דער מגן אברהם, אַז מען טרעפט אין אַ בית המדרש געלט צי אַ חפץ, קען מען דאָס צונעמען פאַר זיך. אַזוי פּסקנט אויך דער קצות החושן אין נתיבות (ס' כ') און עונג יו''ט (ס' ט''ז).
אָבער דער משנה ברורה (ס' קנ''ד ס''ק נ''ט) ברענגט אז דער מגן גבורים שרייבט אז עס איז אַ מחלוקת אין ראשונים צי חדר הקדש איז קונה (דער חתם סופר אין שו''ת או''ח ס' מ''ד רעדט אויך וועגן דעם).
הגאון רבי שלמה קלוגר זצ''ל אין זיין ספר החיים (סימן קנ''ד) טענהט אז די ראי' וואָס דער מגן אברהם ברענגט פון הר הבית אז הקדש איז ניט קונה, איז ניט קיין ראי', ווייל דער הר הבית איז געווען אַ ''חצר שאינה משתמרת דרבים מצויין שם'', אָבער אין אַ חצר בית הכנסת וואָס איז געווענטלעך ''משתמרת'', דעמאָלט איז דער בית המדרש יאָ קונה די מציאה.
הגאון ר' משה שטרנבוך שליט''א אין שו''ת תשובות והנהגות (חלק א' ס' תתי''ט), זאָגט, אז לכל הדיעות איז די הלכה אַז אַ בית המדרש איז נישט קונה די חפצים וואס מען טרעפט דאָרט, איז נאָר אויב עס איז אַ בית המדרש וואָס געהערט צום רבים, דאָס הייסט אַז דער ציבור האָט דעם כח ממנה צו זיין דעם רב און דעם פּרעזידענט וכו', דאַמאָלט גייט אָן די הלכה אז דער בית המדרש איז ניט קונה, אבער אויב דאָס איז דעם רב'ס שוהל, דעמאָלט געהערט די מציאה צום רב.
גענומען פון דא.
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 22:41 |
|
| |
ראה בקיצור כללי התלמוד דף 92 בדפוס ווילנא נדפס אחר מסכת ברכות, וז"ל דרך התלמוד לומר חשבון מופלג ולאו דוקא אלא גוזמא והני מילי ממאה ולמעלה אבל ממאה ולמטה דוקא הוא.
וכן ראה רשב"ם פסחים קי"ט ע"א ד"ה משוי שלש מאות. לאו דוקא וכן כל שלש מאות שבש"ס. וזה מה שלקטתי על יד בעניני גוזמא: שקלים כ"א ע"ב לגבי טבילת הפרוכת ותפוח שעל המזבח שקלים י"ז ע"א יותר משלש מאות מיני דגים בתמחוי אחד רא"ש ב"ק ט' ע"ב על מה דאמרינן בסוכה מ"א ע"ב דר"ג קנה אתרוג באלף זוז הוא גוזמא. מגילה ו' ע"ב שרומי הוא ג' מאות פרסה על ג' מאות פרסה מגילה כ"ז ע"ב הניח לו אמו ג' מאות גרבי יין חגיגה ט"ו ע"ב ג' מאות הלכות במגדל הפורח באויר. חגיגה י"ג ע"א שלש מאות גרבי יין כתובות קי"א ע"ב שלש מאות אשכולות גיטין נ"ז ע"א תלת מאה אלפי שליפא סייפא סנהדרין ק"י ע"א וע"ז מ' ע"ב שלש מאות גרבי יין של תפוחים של ע' שנה סנהדרין ס"ח ע"א שלש מאות הלכות חולין צ' ע"ב תפוח באמצע המזבח ופעמים הי' עליו כשלש מאות כור חולין צ' ע"ב גפן של זהב וכו' ונמנו עליה שלש מאות כהנים, ופרכת שלש מאות כהנים מטבילין אותו והגמ' קורא אותם [גפן תפוח ופרוכת] "לשון הואי" ועיי"ש עוד דברי גוזמא בתמורה ט"ו ע"ב ג' אלפים הלכות נשתכחו בימי אבלו של משה ושם ט"ז ע"א ג' מאות הלכות שבת קמ"ט ע"ב נמשכה ערלתו שלש מאות אמה שבת קמ"ח ע"ב ועוד שלח לו ג' מאות וששים וחמשה שווקים ב"ב ע"ג ע"א בין גלא גלא תלת מאה פרסי ורומא דגלא תלת מאה פרסי בסוגיא דגוזמאות דרבה בר בר חנה עירובין ל' ע"א והוה אכיל להו לכולהון ואמר שבועתא דלא טעים לי זיונא פסחים ס"ב ע"ב משלש מאות רבוותא ברכות מ"ד ע"א הוה מחזיק להו צנא בי' תלתא סאוי תוס' ב"ק צ"ב ע"ב ד"ה שיתין שהוא גוזמא שבת צ ע"ב רש"י ד"ה שיתין ברכות כ' ע"א תליתר מתיבתא בתוס' שם לאו דוקא אלא לשון הרגיל בגמ' ברכות מ"ב ע"א תליתר ריפתא בני תלתא תלתא קבא חולין מ"ד ע"ב תליתר זוזי פשוטי חולין צ"ה ע"ב תליתר גמלי ספק טריפה תוס' ב"ק קל"ג ע"ב וגוזמא קאמר כי ההיא דתליתר גמלי ספקי דטרפות שבת קי"ט ע"א רבי אבא זבן בתליתר אסתירי פשיטי בישרא מתליתר טבחי
וראה בשלטי גיבורים על הרי"ף במסכת ע"ז דף ו' ע"א לדפי הרי"ף ענין חשוב בהבנת אגדות הש"ס
נ.ב. הסיבה שיש גוזמאות בתורה הוא מפני שהתורה ניתנה באש וברגש, ואינה כספר חיקים, וכשמדברים ברגש יוצאין גוזמאות.
 |
|
|
|
|
|