בית פורומים שיעור עיון

מעג איך דא שרייבן יעצט ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/3/2006 19:24 לינק ישיר 
מעג איך דא שרייבן יעצט ?

אין ארץ ישראל איז שוין יעצט שבת, צי מעג איך דא זיצן און זיך באנוצן מיט דעם אינטערנעט וואס ווערט אנגעפירט פון דארט ?

די שאלה איז צוטיילט אין צוויי:

1) איז דער חלק ההלכה, וואס איז לדעתי נישט פאסיג בכלל אויסצושמועסן אין א היידפארק פארום.

2) דער חלק המציאות, וואס דאס איז דער עיקר וואס די חשוב'ע חברים וואלטן געקענט ארויסהעלפן. צב"ש, וואו ליגט דער סערווער פונעם אינטערנעט ? צו פעלט אויס פאר מיין יעצטיגן שרייבן אז עמיצער אין ארץ ישראל זאל עפעס טון דערצו ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 20:11 לינק ישיר 

די שאלה איז געפרגט געווארן ברבים פון הרה"ג ר' יחזקל ראטה שליט"א, אין ער האט געפאסקענט מותר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 00:44 לינק ישיר 

עס זאגט מיר א ארבעטער ביי b&h אז דאס גאנצע וואס זיי האבן געשפארט זייער סייט אום שבת איז געווען לפנים משורת הדין. עס איז אינטערסאנט צו הערן די ריכטיגע וועג וויאזוי דאס ארבעט. איינער פון דא וואס איך קלער אז ער ווייסט איז חברינו "האור_בוקר", נו, לאז זיך הערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 01:15 לינק ישיר 

לפי הבנתי איז די ענין ביי b&h אז ער וויל נישט קיין מסחר פון שבת. אדער ווייל ער האט מורא אז אידן וואס זענען נישט שומרי שבת וועלן נכשל ווערן, צו ווייל ער אליין וויל נישט די מסחר פון שבת.

בכל אופן, איז דער שאלה אן אנדערע ווי וואס בא ללמד ברענגט ארויף.

די שאלה וואלט געווען פאסיג אויך אויף פשוטערע אופנים.

לי יצוייר, אז די טעלעפאן סיסטעם אין ישראל, פארט אריבער א עקסשענדז סוויטש אין אמעריקא. מעג א איד פון ישראל נוצען א טעלעפאן, ווען אין אמעריקא איז שבת?

לדעתי, איז דאס די זעלבע שאלה וואס בא ללמד ברענגט ארויף.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 15:22 לינק ישיר 

די שאלה חולו של מועד פון הרה"ג ר' יחזקל ראטה שליט"א,
איז געווען אויף ניצען REMOTE CONTROL SOFTWARE AS PCANYWARE אין ער האט געפאסקענט מותר .

די B&H אדער EBAY שאלה איז געווען ברייט ארימגעשמיסט אין ירחון אור ישראל 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 19:35 לינק ישיר 

ועוד אפשר להקשות... מעג מען לייענען אן העברעאישען וועבסייט (למשל ynet) ווען ביי זיי איז שבת און ביי אונז איז נאכנישט? סהייסט אז סאיז מאוד יתכן אז די לעצטע נייעס איז געמאכט געווארן דורך חילול שבת, מעג מען דערפון הנאה האבן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/4/2006 21:23 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין פוסק. איך בין מקפיד נישט צו קלינגען צו ארץ ישראל ווען דארט איז שבת וועגען די אפערייטערס, אבער לכאורה א סערווער דארף לויפען נארמאל אן וואס איינער דארף עפעס טאן דערצו. דער שאלה איז נאר אויב דו שרייבסט אין אזעלכע פארום'ס ווי ס'דא א חשש אז פרייע וועלען דיר ענטפערען אין שבת. איך שיק טאקע נישט קיין בריעווען צו מיינע פרייע חברים פרייטאג. וועגען B&H ס'קען זיין וואס מ'באשטעלט שבת איז נהנה ממלאכת שבת, כאטש די גוי איז אדעתא דנפשיה עבד. און סיי ווי, ביז ער זעהט די ארדער זונטאג צופרי איז שוין בכדי שיעשו. מסתמא איז עס געווען לפנים משורת הדין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > מעג איך דא שרייבן יעצט ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext