בית פורומים שיעור עיון

ווער הייסט היינט אן 'עם הארץ'?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 04:34 לינק ישיר 
ווער הייסט היינט אן 'עם הארץ'?

די גמ' אין פסחים דף מט. זאגט: לא ישיא אדם בתו לעם הארץ וכל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כופתה ומניחה לפני ארי.

איז די שאלה ווער גייט היינט אריין אין דעם כלל פון עם הארץ? איז בכלל דא דער מין מושג פון ע"ה וואס זאל נישט וויסן קיין פסוק חומש?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 04:53 לינק ישיר 

איך וועל דיר געבן א פתח להתחיל: אין אבן העזר סי' ב' ווערט דאס גוט מבואר, אין טור שטייט דארט בזה"ל: ולא בכל 'עם הארץ' קאמר, אלא; במי שהוא חשוד לעבור להכעיס. דער בית יוסף דארט קרוגט אויף דעם. און טענהט אז א עם הארץ מיינט אפילו ער איז עובר לתיאבון. אדער ער איז נישט "בקי בדקדוקי המצוות". דאס איז בלויז אויבנאויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 05:41 לינק ישיר 

דיפלאמאט, דו האסט מיר ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, הגם נישט "ממש"...

איך האב געפלאנט צו גרינדן אן אשכול מיט דעם קעפל: צווישן דעם תלמיד חכם און עם הארץ.

ווייל אין די גמרא געפונען מיר געשילדערט די צוויי עקסטרעמקייטן זייער פונקטליך, אין ברכות (מ"ז ע"ב) און סוטה (כ"ב ע"א) ת"ר איזהו עם הארץ? און די גמרא ברענגט פארשידענע דעות דערין, טייל זאגן כל שאינו קורא קריאת שמע ערבית ושחרית (אפשר מיינט דאס היינטיגע צייטן איינער וואס ליינט נישט קר"ש בזמנו?!), כל שאינו מניח תפילין, כל שאין לו ציצית בבגדו, כל שאין מזוזה על פתחו, כל שיש לו בנים ואינו מגדלם לת"ת, אחרים אומרים אפילו קרא ושנה ולא שמש ת"ח הרי זה ע"ה (ועי' עוד גיטין ס"א ע"א). [זעה אין נתיבות עולם למהר"ל, נתיב התורה פרק ט"ו א שיינע ביאור אויף די אלע שיטות].

ווידעראום לאידך גיסא געפונען מיר א שאלה אין די גמרא (שבת קי"ד ע"א) צום אנדערן קאנטראסט: איזהו תלמיד חכם? כל ששואלין אותו הלכה בכל מקום ואומרה וכו' (זעה דארט נאך פארשידענע מימרות אין דעם ענין). אדער אין חולין (מ"ד ע"ב) איזהו תלמוד חכם? זה הרואה טריפה לעצמו.

איז מיין פראגע: וויאזוי ווערט אנגערופן דער יעניגער וואס איז נישט קיין תלמיד חכם און נישט קיין עם הארץ? אין גאנץ ש"ס געפונען מיר נישט א מיטעלע קאטעגאריע, נאר עם הארץ אדער תלמיד חכם, הלמאי, די צוויי טיטלן שפיגלן דאך אפ דעם כאראקטער פון די צוויי עקסטרעמען, אבער דאס רוב עולם איז לכאורה געווען ערגעץ וואו אינדערמיט, וויאזוי באטיטלט מען זיי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 23:08 לינק ישיר 

דיפלאמאט,

האסט געברענגט איין זאך, וואס אויף דעם איז נוגע מיהו עם הארץ.

למען אויסצוברייטערן דעם שמועס, וויל איך צוצייכענען ווי נאך ס'קען כאפן א נפק"מ "מיהו עם הארץ".

אט דא האט איר די לשון הגמרא (ברכות מ"ט):

"ולא ישא בת עמי הארץ, מפני שהן שקץ, ונשותיהן שרץ, ועל בנותיהן הוא אומר ארור שכב עם כל בהמה".

"אמר רבי אלעזר: עם הארץ מותר לנוחרו ביום הכיפורים שחל להיות בשבת. אמרו לו תלמידיו: רבי, אמור לשוחטו! - אמר להן: זה - טעון ברכה, וזה - אינו טעון ברכה.

"אמר רבי אלעזר: עם הארץ אסור להתלוות עמו בדרך, שנאמר כי הוא חייך וארך ימיך, על חייו לא חס - על חיי חבירו לא כל שכן.

"אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יוחנן: עם הארץ מותר לקורעו כדג".

"תניא, היה רבי מאיר אומר: כל המשיא בתו לעם הארץ - כאילו כופתה ומניחה לפני ארי. מה ארי דורס ואוכל ואין לו בושת פנים - אף עם הארץ מכה ובועל ואין לו בושת פנים".

"תניא, רבי אליעזר אומר: אילמלא אנו צריכים להם למשא ומתן - היו הורגין אותנו".

"גדולה שנאה ששונאין עמי הארץ לתלמיד חכם, יותר משנאה ששונאין אומות העולם את ישראל, ונשותיהן יותר מהן".

"תנו רבנן: ששה דברים נאמרו בעמי הארץ: אין מוסרין להן עדות, ואין מקבלין ממנו עדות, ואין מגלין להן סוד, ואין ממנין אותן אפוטרופוס על היתומים, ואין ממנין אותן אפוטרופוס על קופה של צדקה, ואין מתלוין עמהן בדרך.

תניא, אמר רבי עקיבא: כשהייתי עם הארץ אמרתי: מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור. אמרו לו תלמידיו: רבי, אמור ככלב! - אמר להן: זה - נושך ושובר עצם, וזה - נושך ואינו שובר עצם.


עד כאן.

דאס דארף לכאורה א ביאור.

עיין כאן: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=311208

ותרוה נחת.

תוקן על ידי - תרשיש - 28/03/2006 23:14:06



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 04:29 לינק ישיר 

אן אריינצוגיין באריכות, וואס די צייט ערלויבט נישט יעצט, איז קלאר אז די גמרא אין פסחים וואס רעדט זיך וועגן אן עם הארץ (אויף וועלכן דער פותח האשכול באציט זיך, און אלע איבריגע זאכן וואס שטייען דארט), מיינט קלאר נישט דאס וואס מיר רופן היינט צו טאג עם הארץ.

עס מיינט דעם עם הארץ וויאזוי די גמרא משל'ט אראפ רבי עקיבא "מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור".

אין א געוויסן זין מיינט עס די היינטיגע פרייע פון מדינת ישראל, בעיקר אזוינע ווי טומי לפיד ודומיו ימש"ו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 06:06 לינק ישיר 

אין די פוסקים שטייט אז היינט איז נישט דא דער פראבלעם פין חתונה מיט א בת עם הארץ ווייל היינט גייט יעדער אין סקול וכו'. (אין די חתונה ספרים דאכט זיך). לכאורה איז היינט נישט דא, נישט קיין תלמיד חכם און נישט קיין עם הארץ. אדער ווי דער ווערטעל גייט, דאס אז עס איז נישט דא קיין ת"ח איז נאר געווען אמאהל, היינט איז שוין יא דא! עכ"ז איז נאך אלץ דא צווי קלאסען אין כלל ישראל, חסידות האט דאס מער און מער אויסגראטען, און ווי מען קען זעהן אין כמעט אלע פלעצער, וואס מער חסידיש עס איז, וואס ווייניגער איז דא דער פירוד צווישען דער "נישט תלמיד חכם" און "נישט עם הארץ".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2006 21:14 לינק ישיר 

ס'דא עטליכע גדרים. איך האב אמאל געהערט אז די אלע פשטים פון עם הארץ דארטען אין גמרא זיינען ריכטיג און פארשידענע מימרות אין גמרא וואס באציען זיך צו עם הארץ זיינען יעדער איינער עקסטער לויט איינער פון די פשטים. חוץ פאר תלמיד חכם איז געווען א גדר פון חבר, און תלמיד חבר. אין איין הינזיכט איז יעדער וואס האט נישט מקבל געווען דברי חברות אן עם הארץ, זיכער נישט פון די וואס ס'שטייט מותר לנוחרו. דער אסור ללוות איז לכאורה ביי יעדער וואס איז א געזונטער בטלן (אזוי ווי מיר) און לערנט נישט, אפגעזעהן צו ער קען צו ער קען נישט. כל שאינו קורא קריאת שמע איז שוין לכאורה א פורק עול. נאך, איז דא די גמרא אין סוכה וועגען עם הארץ היו אלא שהיה ידם עם החברים, וואס איז משמע אז זיי האבען געהאט עפעס אן אנדערע דין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > ווער הייסט היינט אן 'עם הארץ'?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext