בית פורומים שיעור עיון

לשון הקודש: חילוקי תיבות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 06:07 לינק ישיר 
לשון הקודש: חילוקי תיבות

זייענדיג א שטיקל מלקט, האבן זיך מיר אין לויף פון די יארן צוזאמגעקליבן א ריזן צאל "חילוקי תיבות", פון רש"י'ס, ראשונים, אחרונים און ספרי חסידות!, וואס איך האף אי"ה מיטטיילן מיט אייך אין לויף פון די צייט.

איך וועל אנהייבן לויט די סדר פון די אל"ף בי"ת:
א'
דער חילוק צווישן אן אוהב און א ריע איז ווי פאלגענד:

אין פרקי אבות (פרק ו' משנה א') שטייט: רבי מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה, ולא עוד אלא שכל העולם כלו כדי הוא לו, נקרא ריע, אהוב וכו'.

ברענגט דער מדרש שמואל בשם החסיד ז"ל אז עס זענען פארהאן צוויי סארט פריינט, האחד, ריע אינו אהוב, אלא שפגע באחד ונתלוו קצת זמן ונעשו ריעים זה לזה, ולסוף אפשר יבאו לידי אהבה, הב' שבתחלתם היו רעים אהובים כאהבת דוד ויהונתן שאהבתם בלתי תלויה בדבר כו'.

קומט אויס אז א "ריע" מיינט א "פריינט" און א "ריע אהוב" מיינט א באליבטע פריינט, אין אנדערע ווערטער: "ריע" מיינט נאכנישט אז די צוויי האבן זיך ליב, זיי זענען נאר א קאמפאניע איינער פארן צווייטן, אבער "אוהב" באדייט אז עס איז דא א ליבשאפט צווישן די צוויי.

דער מהר"ל (אין דרך החיים אויף אבות פ"ו מ"ב) איז מסביר אז "ריעים" מיינט א געמיינזאמע פריינטשאפט, אז ביידע גלייכן זיך איינער דעם צווייטן, אבער "אוהב" קען אמאל אויסקומען אז ראובן האט ליעב שמעון, ווידער שמעון האט בכלל נישט ליב ראובן'ן ע"ש באריכות.

בתוך הדברים דרוקט זיך דער מהר"ל אויס: גדול לשון אהבה מלשון ריע, כי האהבה הוא קשור הנפש בנאהב לגמרי עד שנחשב כמותו, ומ"מ לשון רעים נאמר על שני דברים שיש להם חבור ביחד זה לזה וזה לזה ע"ש. 

אויך דער אור החיים הקדוש (אין זיין ספר ראשון לציון אויף מגילת איכה, אויפן פסוק אין לה מנחם מכל אהביה, כל רעיה בגדו בה, קאפיטל א' פסוק ב') שרייבט אז "אוהב" איז א נענטערער פריינט ווי "ריע" עיין שם.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2006 20:59 לינק ישיר 

יישר כח אויף דעם רעיון ס'זעט אויס צו זיין זייער א אינטרסאנטער נושא.

באזונדער האט מיך באנומען די ווערטער פונ'ם מהר"ל וואס דו ברענגסט "גדול לשון אהבה מלשון ריע, כי האהבה הוא קשור הנפש בנאהב לגמרי עד שנחשב כמותו, ומ"מ לשון רעים נאמר על שני דברים שיש להם חבור ביחד זה לזה וזה לזה ע"ש."

דאס איז מסביר קלארער א אינטרסאנט ווארט וואס איך האב גיהערט פון פריערדיגן בעלזער רב (מהרי"ד זי"ע).

ער האט גיפרעגט די באווסטע קשיא ווי קען די תורה מחייב זיין "ואהבת את ה' אלקיך" ס'איז דאך א הלכה מפורשת (הלכות ברכות סי' רכ"ה סעיף א') אז ווען מ'זעהט א חבר נאך דרייסיג טעג מאכט מען א שהחיינו אבער אויב האט ער קיינמאל דעם חבר נישט גיזעהן זיי זענען "אוהבים" נאר שריפטליך מאכט מען נישט קיין ברכה, און דער באר היטב שרייבט דעם טעם דכיון דלא ראוה אינו אוהבו כ"כ.

אויב אזוי ווי קען א מענטש ליעב האבין דעם בוכ"ע ער האט דאך עהם קיינמאל נישט גיזעהן?

נאר דער תירוץ איז, אז וויבאלד "כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם" (משלי כז יט), און דער אייבערשטער זעהט דאך יא יעדן, פארדעם אויב דער אייבערשטער האט אונז ליעב קענען מיר עהם צוריק ליעב האבין. פארדעם זאגט מען קודם "ברוך אתה ה' הבוחר בעמו ישראל באהבה אדער אוהב עמו ישראל, און נאר נאכדעם ואהבת. ודפח"ח.

לויט די פריערדיגע ווערטער פון מהר"ל איז עס ממש הפלא ופלא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 21:41 לינק ישיר 

שעפסל, דברי פי חכם חן! באמת גוט צוזאמנעגעשטעלט. די קשיא פון בעלזער רב איז א אינטערסאנטע. עס ווערט ערגעץ געברענגט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 21:48 לינק ישיר 

יישר כח, איך ווייס נישט צו ס'שטייט אדער נישט, איך האב עס גיהערט יארין צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 22:53 לינק ישיר 

איך וויל נאר דא ברענגען נאך מקורות אז ריעות איז נאר א לשון חיבור

רשב"ם במדבר פרק כג פסוק כא

לא הביט און ביעקב - ותרועת מלך - ריעות. כמו איש רעים להתרועע. כי שוכן ביניהם. ולמה שוכן אתם ומחבב אותם?:

רש"י ישעיהו פרק מד פסוק כ

דבר אחר רועה אפר ל' ריעות עובד עבודת אחרים ומחבר אליו עבודת אחרים שהיא אפר

ריקאנטי בראשית מח

ואחרי כן אמר האלהים הרועה אותי, קרא לאלהי האמת, ויהיה הרועה אותי מגזרת [משלי כז, י] ריעך וריע אביך אל תעזוב, כי במדה ההיא שלום וריעות.

תרועה - ענין התחברות וריעות וכן ותרועת מלך בו

פסיקתא זוטרתא (לקח טוב) בראשית פרק מא ד"ה ב) והנה מן

תרעינה באחו. לשון ריעות, באחו לשון אחוה, אע"פ שאין מקרא יוצא מידי פשוטו שהיו רועות באחו, כמו ישגא אחו בלי מים (איוב ח יא) אעפ"כ מדרש לכל דבר, מה לשון ריעות ואחוה שכל זמן ששובע בעולם בני אדם נעשים ריעים ואחים זה לזה ומוסיפין אחוה זה לזה, שמזמינין זה לזה, ואוכלין ושותין ושמחין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2006 23:02 לינק ישיר 

מעניין לציין שרש"י בשבת לא ע"א כותב:


דעלך סני לחברך לא תעביד - ריעך וריע אביך אל תעזוב (משלי כז) זה הקדוש ברוך הוא, אל תעבור על דבריו שהרי עליך שנאוי שיעבור חבירך על דבריך וכו'.

וכן מפרש רש"י במשלי שם.

וי"ל אז מדארף בעטן זוכה צוזיין אז דער אייבערשטער זאל זיין מיט אונז בבחינת אוהב און נישט בבחינת רע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 01:10 לינק ישיר 

איך וויל יעצט וויסן וואס עס איז דער חילוק (אויב עס איז דא) צווישן ריע און חבר?

אין תהלים (קאפיטל ל"ח, פסוק י"ב) שטייט: אהבי ורעי מנגד נגעי יעמדו, וקרובי מרחק עמדו. שרייבט דער רד"ק: וקרובי מרחוק עמדו, כפל ענין במלות שונות (דאס איז געדאפעלט פון "אהבי ורעי") וקרובי כמו ריעי, ונקרא הריע 'קרוב', שהוא קרוב אל ריעו בדעתו וברצונו, או אם יהיה עסק ביניהם או אם יהיו שכיניהם או שיהא שאר בשר עכ"ל.

זעהט מען טאקע אז א 'ריע' איז א ביזנעס שותף, א שכן, אדער א קרוב/קאזין, און נישט דוקא א "ליבהאבער"/"פריינט".

וואס טוט זיך יעצט מיט א "חבר"? וואס מיינט דאס? איז דאס אויך נאר א לשון פון "באהעפטיגונג", אזוי ווי 'ריע', אנע ליבשאפט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 05:41 לינק ישיר 

אין דעם זעלבן קאטעגאריע קענסטו אויך אריינלייגן "ידיד", וואס איז דירעקט יא אן ענין פון אהבה, און איז מסתמא פון די שמות נרדפים פון "אוהב".

רש"י (שבת קל"ז ע"ב) שרייבט: אשר קידש ידיד מבטן, יצחק קרי ידיד, על שם אשר אהבת (בראשית כ"ב).

דער מצודת ציון (שמואל ב', י"ב, כ"ה) שרייבט אויך: "ידיד" הוא ענין "אהבה". תוקן על ידי - בענעדיקט16 - 28/03/2006 5:49:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 17:34 לינק ישיר 

דער תרגום פון "אהבי ורעי" איז "רחימי וחברי", זעהן מיר אז א "ריע" איז א "חבר".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 18:46 לינק ישיר 

יישר כח בענעדיקט

איך האף אי"ה היינט ארויפצולייגן די צווייטע סעריע פון חילוקי תיבות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > לשון הקודש: חילוקי תיבות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext