| נשלח ב-27/3/2006 11:33 |
|
| |
ברוכים הבאים
סוף סוף החיינו וקיימנו והגיענו צום דעם היינטיגען טאג אויפצושטעלען א "יידישען" עצכח.
א שפעציעלען דאנק פאר די אללע וואס האבען דאצו מזרז גיווען מבית ומבחוץ און מיר האפען באלד ממנה צו זיין מנהלי משנה און איינצולאדענען גוטע פריינד למען יקום הבית הזה לתפארת יסודות עצכח.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:36 |
|
| |
איך בין ערשט יעצט דא אריינגיקומען און עס איז שוין "ששון ושמחה" אז איך ווייס גארנישט וואו אנצוהייבען. כל הכבוד פארען רעדאקטאר וסייעתו.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:50 |
|
| |
איך הין היינט אויפגעשטאנען צו א לעכטיגע וועלט...!
אזש דער באקאנטער פורום, עצור כאן חושבים, מיט אירע תלמידי חכמים האבן באוויליגט צו לאזן
עפענען א ישיבה וואס מ'זאל לערנען אויף אידיש מיט אידישע קינדער, וואס קענען רעדן פשוטע
שפראך, אן קיין לומודת.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!
איך וויל מיך באדאנקען פאר ענקער גרייטקייט צו פארקוקן דעם ריזיקע דערין. ווייל אין אידיש
וועט זיך אפשר נישט טרעפן די בכבוד'יגע תלמידי חכמים וואס זאלן הייבן דעם נאמען פון "עצכ"ח"
אבער לצורך לימוד התורה האט איר פארקוקט אויף אייער כבוד און שטאלץ.
כל הכבוד לכם ותהא שכרכם כפול מן השמים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:44 |
|
| |
איך וויל מיך אויך באדאנקן פאר די חשובע תלמידי חכמים וואס האבן באוויליגט צו עפענען פאר אונז
אמעריקאנע גולשים א ריין געשמאקן פארום. על דרך עצור פון לשון קודש.
ווי וויל מיר וועלן זיך קונה זיין דעת ה' ודעת תורתנו הק' וואס מיר האבן געלערנט אין ישיבה
און אין חדר, וואס קען ער אונז לערנען היינט צוטאגס ווען מיר זענען שוין גרויס.
איך קוק ארויס מיט גרויס שמחה אויף דעם אנטוויקולינג און וואוקס פון דעם ווירטואלען מקום תורה.
זאל איר כבוד משפיע זיין אויף אלע באזוכער דא!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:57 |
|
| |
א גרויסן ייש"כ פאר די מנהלים וואס האבן זיך ענדליך מרחם געווען אויף אונז פשוטע עמך וואס
קענען נישט קיין לשון קודש.
איך מיט מיין ווייב וועלן שוין ענדליך קענען פארשטיין אביסל תורה און אידישקייט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 15:09 |
|
| |
איך בין אויך זייער עקסייטעט צום דעם פורום.
מיר האבן זיך דערלעבט!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 15:12 |
|
| |
גם אני הקטן מצטרף, צו די ברכות און באדאנקונגען פאר די מנהלים פון דעם וועלט בארימטען מקום
תורה "עצכח" אויפן עפענונג פון אונזער יידישער פורום.
מיין וואונטש און תפילה אז דער הויז זאל זיך צו וואקסן לשם ולתפארת ללמד תועים בינה ולהרבות
תבל במלכותו יתברך, ולהגדיל תורה ויאדיר, כמים לים מכסים עד מלאה הארץ דעה את ה'. אמן ואמן!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 15:28 |
|
| |
ווי גרויס איז די פרייד... עס לאזט זיך פשוט נישט באשרייבן!
א גרויסן דאנק פאר די מנהלים פארן עפענען אזא חשובע ערענסטע פלאץ.
איך נעם מיך אונטער צו איבערטייטשן יעדע וואך איין אשכול פון לשון קודש צו אידיש! ומנאי ילמדו
וכן יעשו!
געזאגט און געטאן, איך גיי שוין צו די ארבייט, ווער האט א גוטן אידיש-לשון קודש דיקשאנערי?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 16:25 |
|
| |
ישר כוח , העס איז גאר איינגענומען צו אויף שטיין אינדערפרי אוען מגלה זיין אז העס האט זאך אויף געשטלעט א פורום אין יידיש.
פון מיין זייט וועל איך זאך משתדל זיין צו שרייבען דא . האבער איר וועט מיר דארפן מויחל זיין פאר מייר ירושליימער יידיש.
הצלחה וכל טוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 23:45 |
|
| |
מיין אידיש איז א ביסל אורם, אבער איך וויל געבן מיין ברכה, אז די פורום וועט מצליח זיין. 
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 09:24 |
|
| |
מיר בעטען פון די שרייבערס שטרענג איינצוהאלטען די גיזעצען פון עצכח און בפרט כי יעניגע בנוגע רכילות, פוליטיק, און פערזענליכע באשולדיגונגען.
|
|
|
|
|