| נשלח ב-27/3/2006 12:21 |
|
| |
וואס איז שטערקער? סברה אדער פסוק?
אין די גמ' טרעפט מען אפט אזא סארט פראגע. סברא הוא ולמה לי קרא?
פון דעם איז משמע אז אויב דער סברא זאגט מיר אזוי, האט דאס א גענוגענדן כח אז עס וואלט נישט
אויסגעפעלט צו האבן א פסוק דערפאר, און דער פסוק קומט עפעס אנדערש אונז דערציילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 12:23 |
|
| |
דער הייליגער בעל "חובת הלבבות" דורכאויס זיין גאנצע ספר, ברענגט אויך אייביג קודם פון סברא,
און דערנאך ערשט ברענגט ער דעם פסוק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:02 |
|
| |
רעדאקטאר,
אויב שוין חובת הלבבות גייט ער גאר ווייטער אין שער עבודת אלוקים. דארט זאגט ער אז דער תכלעס כה"ת כולה איז אויסצוגראדען דעם שייכל און אז די תורה [הערה התוריה] איז אן איינפיהרונג צו דעם שייכל [הערה השכלית]. פון זיינע ווערטער איז קלאר א שכל קודם לתורה, נאר זעלבסט פארשטענדליך פארשטייט דער גראדער עהרליכער שייכל אז ער מוז ענטוויקלען זיין שכל און אנהייבען מיט "נעשה ונשמע" און "ראשונים כמלאכים". אן שכל איז מען דאך א בהיימע וואס איז פטור מכל [אזוי וויא ר' נסים גאון זאגט בהקדמתו לש"ס]. הגם דאס די פונדמנטליסטען פראבירען צו פארטושען דעם חובת הלבבות, אז מען קוקט דארט אריין זעהט מען באלד און קלאהר. למעשה דאס איז דער באזיס פון עצכח כמבואר בכמה אשכולות שם.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:09 |
|
| |
ווטו1,
איז אויב אזוי גייט דער שאלה א טריט ווייטער, פארוואס פעלט טאקע אויס די תורה, אז דער שכל איז
דער עיקר, דאן פארוואס האט דער בעל "חובת הלבבות" זיך געמוטשעט אראפצוברענגן די פסוק, ווי די
גמרא פרעגט טאקע אט דעם שאלה; סברה הוא ולמה לי קרא?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 14:23 |
|
| |
רעדאקטאר יקר יקרים מקים עולה של תורה,
דאס פרעגט שוין דער לעצטער תוספות אין מסכת שבועות דף כ"ב: די גמרא זאגט דארט "איבעית אימא סברא איבעית אימא קרא" דאס הייסט אז מען קען ברענגען א מקור [דארט אז שתיה בכלל אכילה] סיי פון סברא און סיי פון פסוק. פרעגט תויספעס, אויב מען האט שוין א סברא "למה לי קרא?" [אזוי ווי די גמ' אליין פרעגט אין כתובות און ב"ק].
ענפערט תויספעס, "ויש לחלק" זאגט ער, "דיש דברים שאין הסברא פשוטה כל כך וצריך הפסוק להשמיענו הסברא".
הם הם דברי החובת הלבבות און דאס איז דער דרך וואס איך האב מקבל גיווען ועל פיו האט זיך עצכח אויפגישטעלט. ד.ה. אז א וואדע האפען מיר אז מיר זאללען אנקומען צי אזא מצב וויא עס ווערט געשילדערט אין נביא ירמיהו און באארבעט אין דעם רמב"ן נצבים עה"כ ומל את לבבך און אויך אין בראשית, אז מיר זאללען פון זיך אלליין פארשטיין דעם רצון הווה ית'. אבער ביז די קרעטשמע זענען מיר נאך נישט אזעלכע גרויסע חכמים ואין לנו שיור רק התורה הזאת.
|
|
|
|
|