| נשלח ב-27/3/2006 13:06 |
|
| |
"האוכל בשוק דומה לכלב", פארוואס?
לעצטענס ארבייט איך אויף די גאס, און איך כאפ אריין א לאנטש צו האבן כוחות, איז מיר
אויסגעקומען צו טראכטן דער טעם פון נישט עסן אין גאס, איז דאס ווייל דער פובליק ווערט פשוט
אנגערייצט? איז דאס צוליב איידלקייט אז א מענטש טוט נישט קיין געשמאקע תאוות אין פובליק?
ווער קען דעפענירן דעם איסור?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:42 |
|
| |
יעדע קערפערליכע בעדארפניש ווייזט ארויס דעם חלק הבהמי פון דעם מענטש. דערפאר גייט מען אויך נישט נאקעט און מען מאכט נישט די צרכים בריש גלי.
בשלמא פארען חטא עץ הדעת וואס דער מענטש איז גיווען אין די מוחין און ער האט געוויסט גענוי וויפיל צו נעמען פאר זיין גוף, האט ער נישט גיהאט פון וואס זיך צו שעהמען, אבער פון ווען ער האט די נטייה נאכצוגעבען פאר זיין צד הבהמי, האט ער זיך גישעהמט. דערפאר אויך דער וואס מאכט עס [דעם באהאלטען] שלא לשמה נאר ווייל אנדערע טהוען עס אויך, איז מתוך שלא לשמה בא לשמה.
מאידך גיסא איז דא וואס צו באשמוזען ווי אזוי וועט דער מענטש זיך ענטוויקלען לקראת "ומלאה הארץ דעה - תורתי אתן בקרבם", צו וועט ער זיך אויסטאהן אויף איינמאל נאקעט אדער דאס וועט קומען גראדועל?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:00 |
|
| |
דער ריכטיגער לשון אין מס' דרך ארץ איז, "האוכל בשוק חבירו של כלב".
יאנקל
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|