בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

אינטימע געשלעכט על פי תורה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 13:19 לינק ישיר 
אינטימע געשלעכט על פי תורה?

וואס איז די ריכטיגע באציאונג צו די זאכן על פי תורה?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2006 17:30 לינק ישיר 

זע דעם ספר "האדם וטבעו" פון אברהם קורמאן ז"ל, וואו ער האט עטליכע פרקים אויפווייזנדיג ווי די אידן זענען נשפע געווארן פון די קריסטן בנוגע געשלעכט און ליבשאפט. ער ברענגט למשל די צוואה פונעם בעל סמיכת חכמים וואו ער שרייבט אויף זיין רעביצין "אהובתי יקירתי" וכדומה, און די שפעטערע דרוקער האבן דאס ארויסגעלאזט. יאנקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 15:14 לינק ישיר 

אין די תורה שבכתב ווערט דאס געשלעכט נישט דערהויבען און אויך נישט ערנידערט. אין די תורה שבעל פה געפינען מיר דווקא געוויסע הדרכות וויא "די פלייש צו עסען" אויפען בעסטן אופן.

דאס איז קלאר לכאורה אז דער געשלעכט באשטייט פון א קאמבינאציע פון פיזישע און פסיכאלאגישע בעדארפנישען [און בדר"כ איז די פראפארציע צווישען די ביידע אנדערש ביי מענער וויא ביי ווייבער]. עס איז אויך פארשטענדליך אז א מענטש וואס איז אין גאנצען אונאפהענגיג פון בעדארפנישען איז שטערקער. בכל זאת אז ער האט שוין דיא נייטיגקייטען, איז נישט דא קיין סיבה דאס ער זאל נישט וויסען וויא גיהעריג פון זיי צו געניסען, כל זמן אז עס ווערט נישט ביי עהם קיין אובסעסיא און דאס ער באגייט נישט קיין עוולות כדי צו דעם אנצוקומען.

בשם ר' גדליה ז"ל ווערט גיזאגט אז דיא גדלות פון אונזערע חז"ל אז זיי האבען זיך נישט גישעהמט מיט זייערע חולשות און דאס זיי האבען דאס נאך אריינגילייגט אין די גמרא אריין. כן לענייננו. דיא סיגופימישע באגרענצוגען זענען טאקע מן הסתם אריין גיקראכען אין די צייטען פון די ראשונים [אפשר אויך אין די צייט פון די התגלות פון דעם זוהר] און שפעטער פון פרעמדע מקורות. אונזער בוגיעלון [פון די ערשטע און שטארקע שרייבערס אין דעם העבראישען עצור] האט פאראפראזירט דעם מאמר חז"ל זאגענדיג:

"אבר קטן יש באדם; מרעיבו שבע, משביע רעב, מסגפו משתגע". דפח"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 07:56 לינק ישיר 

ווטו סימן ר"מ איז נישט געבויט אויף קיין זוהר'ס דוקא, כאילו כפאו שד איז א גמרא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 17:13 לינק ישיר 

דוכט זיך אז כאילו כפאו שד רעדט זיך פין איינער פין די גרעסטע ביי אונז אידן, אינגאנצען נישט אלץ א וועגוויזער פאר המון עםדיגער מענטש




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 17:47 לינק ישיר 

סימן ר"מ איז אולי נישט געבויט אויף זוהר'ס (איך האב שוין ליידער לאנג נישט איבערגעחזרט די הלכות) אבער מיר שיינט אז די מאמרי חז"ל זענען ציטירט דארט אין א שטייגער פין 'פיק ענד טשוס'. איך געדענק נישט אז דארט זאל שטיין די הדרכה וואס ר' ינאי האט געגעבען פאר זיינע טעכטער וויאזוי זיך צו מאכען די מאן מער אויפגערייצט אין אנגעהיצט, אויך געדענק איך נישט ס'זאל ווערן אראפגעברענגט די מאמר ווי חז"ל גראטולירן אין ערמוטיגען די מענטש צי האבן סעקס מיטן ווייב אינדערפרי פארן גיין צו דער ארבייט (רש"י באפאסט זיך שוין דארט וויאזוי מ'איז מאפיל בטלית וכדו')

זייענדיג בעאיינפלוסט פינעם זוהר האט צוגעברענגט צו 'טרעפען' נאר די מאמרים וואס שטימען מיט די קבלהדיגע אנשאוינגען [זעה אויך די שעררוריה פין 'שלא כדרכה']

אין אמתען גערעדט קאן גאר זיין אז די זוהר כשלעצמו איז גאר א אומשולדיג קרבן צום יענעצייטגע קריסטליכע אסקעטישען קולטור, דער זוהר זייענדיגע די נחלה פין יחידי סגילה פין מענטשען וואס האבען פרובירט זיך צו דערהייבען [אין פארשטייט זיך לויט זייער באגריף פין דערהויבענקייט וואס דאס איז בעאיינפלוסט פינעם אלוועלטליכע געדאנקענגאנג פין יענע צייטו] האבען אוועקגעשטעלט די זוהר אלס א פרעדיגער פאר א סיגופיםדיגער לעבענסשטייגער. עס איז כהיום דא מאנכע וואס זעהן אינעם זוהר פיל מיט לויבווערטער פארן סעקס אקט אין טאקע אין אן אופן פין הנאה אין אהבה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 20:45 לינק ישיר 

ענב"פ,

יישר כוחך! נאר נאך א ווארט. עס איז גאר מעגליך אז דער וואס האט נוהג גיווען כמי שכפאו שד, מיינט מען נישט אז יעדעס מאל וואס ער האט גיהאט א גישלעכטס באציהונג איז ער גיווען גיצוונגען, דאס קען מיינען אז דאס איז גיווען זיי שאיפה און אז אין פרינציפ איז עהם דאס אפשר געלונגען אפילו בימי נעוריו. אבער עס מוז נישט זיין אז ער איז אללע מאהל גיווען אויף די מדרגה. תוקן על ידי - עצור_כאן - 05/04/2006 9:41:34



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 22:12 לינק ישיר 

דער נועם אלימלך פרעג, פארוואס מאכט מען נישט קיין ברכה ווען מען דעם געשלעכט. מעג מען דען הנאה האבן פון די וועלט אן א ברכה?

ענטפערט ער אבער, אז מ'קען נישט מאכן דערויף קיין ברכה, ווייל עס קומט שטענדיג מיט א תאוה פאר ליבע, און וויבאלד עס איז קען נישט זיין כולו לה', מאכט מען נישט קיין ברכה דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2006 01:49 לינק ישיר 

ביים עסן אן עפל, עסט מען יא כולו לה'?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2008 01:07 לינק ישיר 

חכם הרזים, ביסט טאקע א חכם, פרעגסט גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2008 02:25 לינק ישיר 

עס האט מיר איינער א מאהל געזאגט אז עסען א עפעל איז עהם שווערער צו עסן כולו לשם, ווי דע אנדערע אישו וואס מען רעד דא, ווייל ביי דעים פון וואס מען רעט דא איז דע רצון פון צו האבען גיטע קינדער העלפט צו עס זאל זיין כולו לשם, מה שאין כן ביי א עפעל....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > אינטימע געשלעכט על פי תורה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext