| נשלח ב-27/3/2006 13:27 |
|
| |
אינטערנעט, אסור אדער מותר?
"אינטערנעט" - סאיז נישט קיין סוד, רוב רבנים האבן דאס אוועק געשטעלט אלץ איסור גמור.
איז די שאלה, צו זיי האבן זיך דורכגעטראכט און טאקע דערזעהן דערין דעם "גילוי עריות" וואס זיי
שרייען אין די קול קורא'ס.
אדער דער גאנצער איסור איז פשוט א מיטל וויאזוי צו האלטן דעם עולם פארטעמט און פארמאכט נישט
צו וויסן פון די דערויסענדע וועלט, אויב אזוי וואס איז דער מקור פון דעם הייליגען רוף פון
פארמאכן די מוחות פון השפעות חיצונים, מ'קען דאך נוצן די אינטערנעט פאר השפעות פנימיות, ווי
מ'זעהט אז די אלע אידישע הייד פארק גרופעס וואס פרעדיגע געטרייהייט צו זייערע פארטייען וד"ל?
היינט צוטאגס וואס מיר זעהן די גרויסע כוח און השפעה וואס אינטערנעט האט אויף די געזעלשאפט
ווערט דאס שוין מותר?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:49 |
|
| |
עס איז נישט שייך קובע צו זיין א כללישען אסור או מותר אויף אזא פראגע. עס איז אזוי ווי מען פרעגט "עסען אסור או מותר?" "געשלעכט אסור או מותר?". אללעס ווענדט זיך וואס, מיט וועמען, פארוואס וכו'.
אזא זאך וויא אינטערנעט איז אוכעט אזוי און הגם אז עס איז טאקע א גרויסער פראבלעם, די רבנים וואלטען א וואדע געטון מעהר בשייכל טאמער זיי וואלטען געגעבען א מעהר מחוכמדיגער [sophisticated] פסק. זיי זענען דאך אללע מודה אז היינט איז אינטערנעט א טייל פון דעם לעבען און א סאך פון זיי ניצען עס זעלבער.
למשל זיי וואלטען גיקענט זאגען אז עס איז אסור ביז א געוויסער עלטער אזוי וויא 18 יאהר אדער אז יעדער וואס וויל אינטרנט דארף מאכען א שאלת חכם און באקומען א שריפטליכער היתר וכדומה. אזוי וואלטען זיי זיכער מעהר אויפגעטהוען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:52 |
|
| |
אין דעם ליטווישן שטאט לעיקוואד ניו זערסי, האבן די רבנים טאקע קלאר אוועק געשטעלט, אז מ'זאל
קומען נעמען א היתר פאר יעדן שטוב ווי עס געפונט זיך אינטערנעט. דערווייל זאגן זיי אז עס האט
זיך אויסגעארבייט.
אין בארא פארק וויל מען דאס נאכטאן. און אין מאנסי זאגן זיי אויך פון עפעס נאכטאן. וועלן מיר
זעהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 13:55 |
|
| |
העניך,
איך האב נישט געווסט וטעות לעולם חוזרת ומשנה לא זזה ממקומה!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 05:47 |
|
| |
אין ערשטן קוק, איך גלייב נישט אז די רבנים האבן גימאכט דער איסור צו פארמאכן די אויגן פון דער עולם. (דאס איז צו אויסגידרייט, און צו קלוג...) איך גלייב אז די עריות פראבלעמס זענען אסאך קלארער אין די אויגן פון די רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2008 01:43 |
|
| |
יעדע זאך האט מעלות און חסרונות, ס'איז אזויווי מען וועט זאגן אז מען טאר נישט האבן א שארפע מעסער אין שטוב, ווייל די קינדער קענען זיך צושניידן, ח''ו.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2008 07:30 |
|
| |
יא לאנדסמאן, איך האב זייער הנאה פין דיין הגדרה, אז בעצם איז עס א גוטע זאך נאר שלעכטע מענטשן ניצן עס אויס פאר שלעכט, האלקים עשה את האדם ישר, והמה בקשו חשבונות רבים, א"כ יאבד עולמו מפני השוטים ?
איך מיין אז ס'איז זייער wrong, אין אויך ממש נישט מעגליך זיך צי שלאגן מיט די technology, אין אויך העלפט עס זייער אסאך ארויס דעם מענטש ברוחניות ובגשמיות, ווען מ'ניצט עס ווי עס דארף צי זיין, איי וועגן די סכנות וואס ס'ברענגט מיט זיך, דארף מען טון וויפיל מ'קען מיט די technology ציזאמען, אזויווי jnet וכדומה, אין די איבריגע איז נישט אינזער דאגה.
ובשם ה' נעשה ונצליח
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|