|
|
| נשלח ב-21/4/2006 17:58 |
|
| |
דעם יום טוב ווען מיר האבן געגעסן אינאיינעם מיט די משפחה הער איך ווי א שוואגער דווקא א ת"ח מוסר'ט זיין קינד וואס נעמט ארויס די ביינער פון די פיש אז עס איז בורר.
אינטערעסאנט, ווייל יו"ט איז דאך נישטא קיין שום פראבלעם מיט בורר ביים עסן. אויך שבת שרייבט דער משנה ברורה סימן שי"ט אין ביאור הלכה אז מען זעט אז די וועלט איז בכלל נישט נזהר צו אויסקלויבן די עצמות פון די פיש בשעת'ן עסן, שרייבט ער אז אפשר קען מען נישט מוחה זיין דערויף ווייל זיי האבן זיך אויף וואס צו פארלאזן. און ער שרייבט ווייטער אז אויף די וואס זענען מברר די ביינער נאך פארן עסן זוכט ער א לימוד זכות.
מען זאל חלילה נישט מקיל זיין אין דעם, ווייל איך מיין אז היינט זעט מען אז די וועלט איז יא נזהר דערין, אבער מוחה זיין אויף איינעם וואס טוט דאס קען מען נישט.
נאך א זאך וואס איז א טעות אין הלכה, איז דאס וואס ווען מען וויל אנצינדן א לעקטער אין שבת נעמט מען א קינד און מען הייסט אים דאס טוהן. אין שמ"ג שרייבט דער מ"ב אז מען טאר נישט הייסן א קינד טוהן א איסור בידים (ער רעדט דארט ארום אויב מען זעט א קינד טוהן א איסור צי דארף מען אים אפשטעלן). אבער יו"ט מיין איך איז גרינגער אין דעם ענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 13:59 |
|
| |
דאס וואס מ'טאר נישט אויסרעדען צווישען שטילע שמו"ע (מעיקר הדין און נישט אלטץ שטערן אנדערע) איז לגבי ווען מ'זאגט תחנון ווייל תחנון ווערט גערעכנט ווי תפילה אריכתא צוזאמען מיט שמו"ע.
און דאס וואס עס שטייט לגבי ויכולו איז אלטץ עס קוקט אויס ווי מ'איז מכחיש די עדות פון בריאת שמים וארץ.
איך האב נישט קיין צייט צו נאכקוקן מקורות, דאכט זיך מיר אז ס'שטייט אין של"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 09:48 |
|
| |
וויפיל מענטשן איך האב נאר געזען האבן אלע "יד אחד" געקלאפט ביי שמונה עשרה אויפן הארץ ברוסט קאסטן, טשעסט, (יעדער לאנדעט ערגעץ אנדערש) ביי די ווערטער "סלח לנו" און ביי "מחל לנו", נישט אזוי? אבער ווי ווייטאגליך איז צו הערן אז ניין! מען דארף קלאפן ביי "כי חטאנו" און ביי "כי פשענו" , . זוכט אפיר אייער קאמען סענס: ווען איר בעט ביים באשעפער סלח לנו, ד.ה. ער זאל דיר מוחל זיין , קומט זיך גארנישט קיין זעץ. ווען יא? ווען ביסט מודה און זאגסט אפן ארויס "כי חטאנו", מיר האבן זיך ליידער פארזינדיגט, דאן קומט איינס און נאך איינס.
ווען איך האב פעסטגעשטעלט אז ממש יעדער קלאפט דעמאלטס איז געווען טאקע אינעם הייליגן טאג "יום כיפור". ביי די על חטא'ס, זאגט מען דארט "ועל כולם .... סליחות, סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו. און איר וועט אלע עדות זאגן ווי דער עולם קלאפט דאן מיט ווייטאג אויסגעגאסן אויף די געזיכטער. אבער ווי ווייט איך ווייס איז ביי די ווערטער ווען מען בעט מחילה נישטא פארוואס צו קלאפן, נאר ווען מען איז זיך מתוודה.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/5/2006 09:52 |
|
| |
פון וואו נעמט זיך דאס אז גאר א גרויסע טייל מענטשן ווייזן מיט'ן פינגער ווען מען הויבט אויף די תורה ביי הגבה,? און פון וואנעט נעמען זיי די דעטאלן דערצו אז עס מוז גאר זיין די קליינע פינגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 05:49 |
|
| |
אללללוועיז;
יישר כח פארן אויפמערקן, איך האב אדאנק דיר נאכגעקוקט אין מנהג ישראל תורה (הל' קריאת ס"ת סי' קל"ד סק"ב), ברענגט ער דארט עטליכע טעמים, צום סוף ברענגט ער א קלארע לשון פון ילקוט מעם לועז (פ' כי תבא) וואס שרייבט פונקטליך מיט וועלכע פינגער מען צייגט, וז"ל ונהגו להצביע באצבע הזרת לעבר הכתב ולנשקה עכ"ל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 06:01 |
|
| |
קרעמער יישר כוח פאר דעם מקור. אפילו מיין טאטע האט מיר אמאל געזאגט אז ער טוט דאס נישט ווייל ער ווייסט נישט פון וואנעט דאס נעמט זיך.
אגב זע איך אז דער "ולנשקה" לאזט דער עולם ארויס, פאר וואטעווער ריזן. די ספרדישע האב איך טאקע באמערקט קישן יא, (ווי ביי פילע אקעישאנס, למשל סתם נאכ'ן עולה זיין קישן זיי יענעמס האנט).
|
|
|
|
|