| נשלח ב-29/3/2006 04:00 |
|
| |
וויפיל איז דער שיעור פון מצות צדקה ?
ס'איז דא א באקאנטער רמב"ם, אז עס איז ענדערש צו געבן פאר הונדערט עניים איין זוז, ווי איידער געבן הונדערט זוזים פאר איין עני.
אויפן סמך פון דעם רמב"ם איז געבויט דער היתר פון ציען מיט די פלייצע אדער שאקלען מיט די האנט ווען עס קומט צו עמיצער און בעט צדקה, אזא מין פאקס וואס דארף באדייטן "איך האב נישט יעצט קיין געלט צו געבן", איי, פרעג אים בחרם, ער האט דאך א פולע טאש מיט קליינגעלט ?! און איז יענער שוין געווען דא, איז וואס ?! און וואס טוט זיך מיט די מצות עשה פון "נתן תתן" אפילו מאה פעמים ?!
דער גרינגסטער און פשוט'סטער תירוץ איז אז איך קען נישט געבן פאר יעדן מאה פעמים, און עס איז ליבערשט צו געבן פאר צוויי מענטשן ווי פאר איינעם צוויי מאל.
אבער דא ווערט נתעורר א הארבע פראגע, וויפיל דארף מען געבן פאר איינעם אליין ?!
זארגט זיך נישט, איך רעד נישט ווען עס קומט א 'שיינער איד' וועלכער וועט אייך אויסהאקן די ציין אויב איר געט אים ווייניגער ווי א דאלער, פאר אים מעגט איר געבן פשוט פאר אייער רואיגקייט (לייגט נאר אכט אז ס'זאל נישט זיין פון מעשר געלט...), איך רעד פון א צוועק וואס האט אייך באנומען דאס הארץ און איר לייגט אריין די הענט אין די קעשענע און רוקט יענעם אריין א פינפערל, איז דאס בארעכטיגט ?!
עס איז דאך קלאר פאר אונז ביידע אז דאס גייט אויפן חשבון פון נאך 49 אנדערע ארימעלייט אדער צדקה גייער(דא אין וויליאמסבורג, אין בארא פארק און פלעטבוש איז עס נאר אויפן חשבון פון 19 אנדערע, ודוק), איז דאך דאס א תרתי דסתרי ?! א מינוט צוריק האט איר פאר זרח'ן נישט געגעבן ווייל "ער איז א נודניק", און "ער איז שוין דא צום פערטן מאל". איי, נתן תתן, אה, ס'איז דאך דא א רמב"ם. אויב אזוי וויאזוי האט איר די רעכט צו געבן א גרעסערן סכום פאר איין צוועק, עס גייט דאך אויפן חשבון פונעם רמב"ם'ס ארימעלייט ?!
אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 04:28 |
|
| |
בא ללמד אייזן ארויסגעברענגט!
איך האב שוין לאנג א טיפערע שיטה דערין, הער עס גוט אויס!
אויב גייסטו מיט דעם מהלך ווערט שווער נאך צוויי קשיות, ווייל למעשה האט דאך דאס געבן צדקה א גאנצע ליסטע, עס איז בכלל נישט אזוי פשוט, קרובים קומען די ערשטע, עניי עירך בעפאר אנדערע וכו' וכו'.
און די ווייסט וואס נאך? גבאי צדקה קומען בכלל נישט אויף די ליסטע!
זייט ווען בין איך מחוייב ארומצוגיין צו די הייזער טיילן צדקה? אז א עני קומט צו מיר דארף איך אים געבן. אבער א גבאי צדקה? מאן דכר שמיה? (קען זיין איך מאך א טעות אבער איך בין רוב זיכער דערמיט).
די ווייסט וואס דער תירוץ דערויף איז?
די באקאנטע מעשה, ווי א איד קומט צום נגיד נאך געלט, זאגט אים דער נגיד "וואס? איך האב דאך מיינע אייגענע ברודער וועמען איך דארף אויסהאלטן וועכענטליך! עס איז מיר גענוג אויפן קאפ איינער אויפאמאל". פרעגט אים דער איד "נו און פאר דיין ברודער געבסטו יא?", "לאמיך אויספירן, אז פאר אים געב איך נישט, זאל איך פאר דיר יא געבן?"....
לענ"ד ליגט אין דעם א מוראדיגע אמת, ווייל צדקה איז א זאך וואס עס געבט זיך נישט אזוי, מען ערווארט א רעסיט, א תזכו למצוות, מען זאל אים מוטשען. סתם אזוי גייט מען נישט ארום טיילן געלטער אזוי....
וואלט מען געגאנגען אויף די ליסטע פון שלחן ערוך וואלט מען פאר קיינעם געגעבן, אויך נישט פאר די אייגענע קרובים. דעריבער איז דא דא א צווייטע ענין פון "מצוה הבא לידך אל תחמיצנה" און די האסט יעצט די מצוה פון צדקה טוה עס יעצט! זאל זיין פאר די גבאי צדקה, פאר עניי ארץ ישראל, נישט קיין נפקא מינה.
און ווען מען געבט נישט יעצט דעם גרויסן סכום פאר דעם איד וואס פארשטייט אן עסק וויאזוי ארויסצובאקומען געלט, וואלט מען עס "נישט" געגעבן -איך רעד פון דעם פיפציגער- פאר אסאך אנדערע ארימעלייט! עס וואלט געבליבן ביי דיר אין טאש. דער איד ווארפט דיר אריין א חשק צו געבן, נישט קיין חילוק וויאזוי, געב עס!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 05:16 |
|
| |
בא ללמד
דער רמב"ם רעדט פון א "חיוב", אדער א "מעלה" אין צדקה?
לפי הבנתי איז דאס א גרויסע חילוק.
די רמב"ם איז דאך באקאנט, מיט זיינע צען מדרגות אין מצות צדקה.
אבער דאס איז נישט קובע אויף מענטש א חיוב צו מקיים זיין די מצוה דוקא אויף די צענסטע שטאפל.
און דערפאר איז נישט א חיוב אויף א מענטש, צו געבן אלע געלט וואס ער האט מפריש געווען פאר צדקה, דוקא אויף א אופן וואס ער ווייסט נישט ווער ס'איז דער מקבל, און די מקבל ווייסט נישט ווער ס'איז דער נותן.
ודוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 05:32 |
|
| |
לויט ווי איך געדענק איז די רמב"ם נישט דא צי זען אז אלע ארעמעלייט זאלן באקימען אייניג אין סזאל זאן פעיר, אדער זיכער מאכן אז מער ארעמעלייט באקימען.די רמב"ם זאגט אז היות די מצוה איז געמאכט אויסציאיידלן די מענטש איז מיט מער געבן אין זיך אסך מאל ברעכן פוילט דאס מער ביים מענטש די מידה פין חסד. אין קען גאר זיין אז מערערע מאל פאר די זעלבע איז גאר בעסער
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 06:01 |
|
| |
איך געדענק הערען אויף דעם פין באבאווער רב שליט"א א מחלוקת ראשונים וואס דער חיד"א ברענגט.
(בעסער פאר איינעם אסאך, אדער אסאך אביסעל).
אויב נעמט מען אהן אסאך אביסעל, וואלט מען נישט געדארפט געבען פאר מוסדות אסאך.
לכאורה איז דאס נישט קיין הלכה וואס מען מעג אדער טאר נישט, עס איז נאר אין מדות, אזוי ווי
תרשיש האט אביסעל ארויסגעברענגט.
בא
נתן תתן אפילו מאה פעמים, ווי שטייט דאס? אין מיין קאמפיוטער טרעף איך נישט. און איך מיין אז
די הלכה איז בפירוש נישט אזוי.
און צום ענין.
מען דארף געבען יעדעם איינעם, אז נישט איז דא אן איסור פין זיין א מעלים עין מן הצדקה. און
מען קען אפילו געבען א פרוטה.
איך ווייס נישט וואס די היתר איז פין ציען מיט די אקסעל.
מען האט שוין אמאהל געשריבען וועגען דעם, און דעמאלס האב איך געשריבען אז עס קען זיין היות
מען ווייסט אז דער וואס גייט נאך געלט וועט נישט וועלען נעמען א פעני, ממילא געב איך עס אים נישט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 06:14 |
|
| |
כאפט נישט, כאפט נישט !
איך האב נישט געלערנט קיין הלכות צדקה, און וואס איך ווייס קומט פון וואס איך האב דערשנאפט דא דארטן, פארהערט מיר נאך נישט די הלכות, בפרט אויף אויסנווייניג (מיין קאמפיוטער איז נאך נישט אזא למדן).
דעת ותבונה, עס פאסט נישט פאר דיר. דו רעדטסט מיט געפילן, וועלכע האבן כלל נישט וואס אריינצורעדן ווען עס קומט צו הלכה (איי איך ?! פארדעם בין איך דאך איך, און דו דו).
תרשיש.
איך האב נישט גערעדט פון קיין חיוב, איך האב גערעדט פונעם חלק פון "תרתי דסתרי", די מעשה קען - און טוט - פאסירן כסדר, ווי קען מען אין די זעלבע צייט זיין א מזכה שטרא לבי תרי ?!
באראפארקער.
קודם שלום עליכם, שוין לאנג נישט געזען...
לענינינו, נתן תתן אפילו מאה פעמים שטייט אין די גמ' אין בבא מציעא, שו"ע ווי געשמועסט קען מען מיך (נאך...) נישט פארהערן אויסנווייניג.
איך וועל פרובירן מברר צו זיין די הלכה, און אדרבא, אויב עמיצער וועט מיר אויסכאפן וועל איך בכלל נישט ברוגז זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 15:00 |
|
| |
נתן תתן אפילו מאה פעמים איז א רש"י אין חומש (דברים ט"ו, י'), און די המאור חומש צייכנט צו "ספרי" (ט"ו קל"ט).
בנוגע ציען מיט די אקסלן האב איך געזען אין א ספר בשם דעם חזון איש אז דאס איז נישט קיין ליגנט, ווייל מען מיינט צו זאגן: "פאר דיר" האב איך נישט!
|
|
|
|
|