דארף מען זאגן "מגיד רחץ" ?
ערגעץ האב איך אמאל געזען, אז די וועלט מאכט א טעות מיטן זאגן "מגיד רחצה", צוליב די פאלגנדע סיבה.
לויט אונזער סדר קומט עס אזוי, קדש ורחץ, כרפס יחץ. א גראם. מגיד רחצה, מוציא מצה. א גראם. מרור כורך, שולחן עורך. א גראם. צפון ברך, און יעצט ?! הלל נרצה ?! עס שטימט דאך נישט מיט די תנועה ?!
זאגט יענער אז עס קומט באמת אזוי, און אזוי געפינט זיך עס אין די אור-אלטע הגדות. קדש ורחץ, כרפס יחץ, מגיד רחץ. דערנאך ענדיגט זיך די שורה מיט מוציא מצה. דאן איז מרור כורך, שולחן עורך, צפון ברך. און דא גראמט מיט פריער הלל נרצה.
דאס איז אזוי:
קדש ורחץ, כרפס יחץ, מגיד רחץ, מוציא מצה. מרור כורך, שולחן עורך, צפון ברך, הלל נרצה.
אפשר קען איינער פון די חשוב'ע חברים מיר העלפן עס טרעפן ?!
|
|