בית פורומים שיעור עיון

הייס איך א אונס פארן נישט לייגן טלית ותפילין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 17:01 לינק ישיר 
הייס איך א אונס פארן נישט לייגן טלית ותפילין?

איך שעם מיר צו פרעגן אזא שאלה, אבער אזוי איז די מעשה אין איך קען מיר נישט ארויסדרייען.

איך בין היינט אויפגעשטאנען זייער שפעט, מיין טלית ותפילין ליגט אין ביהמ"ד קעסטל. ווען איך האב מיר אויפגעכאפט האב איך באמערקט אז איך וועל שוין נישט האבן קיין צייט צי גיין אין ביהמ"ד דאווענען. אין איך מוז זיין אין ארבעט באצייטענס, אז נישט איז אחת דתו.

האב איך מיר געשטעלט דאווענען אזוי אן א טלית ותפילין. איצט איז מיין שאלה - צי הייסט דאס געדאווענט? מעג איך ארומגיין אזוי א גאנצן טאג? ארבעטען-עסען וכו' פאר איך האב געלייגט טלית ותפילין? (איך וועל נישט קענען לייגן פאר שפעט נאכמיטאג) אין וואס דארף איך זאגן ווען איך לייג עס שוין יא? ביטע ענטפערען יישר כח.

מסתם איז דא נאך וואס עס פאסירט ביי זיי אזעלכע פאסירונגען;



תוקן על ידי - טראכט - 29/03/2006 17:10:34



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 19:31 לינק ישיר 

איך האב גיזעהן ערליכע אידן ווען זיי פארין אויפן וועג (מיטן עראפלאן) און זיי ווילן נישט דאווענען נאך זמן תפילה אבער זיי ווילן לייגן טלית ותפילין בישוב הדעת, דאווענען זיי אויפן עראפלאן אהן טלית ותפילין, און דערנאך ווען מ'שטעלט זיך אהפ טיט מען אהן טלית ותפילין, דעמאלס זאגט מען ד' פרשיות וקרי"ש סיי ביי רש"י תפילין און סיי ביי ר"ת תפילין.

נאכן דאווענען מעג מען עסן און טרינקן נארמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 20:08 לינק ישיר 

טראכט

נאך זמן קריאת שמע איז זאגען קר"ש פונקט ווי א קורא בתורה סתם עס איז נישט דא קיין שום חיוב צו ליינען נאכען זמ קר"ש.

אבער לכאורה האסטו גוט געטוהן

חוץ וואס עס איז נישט דא אזא זאך ווי 'אחת דתו' מען איז מחויב זיך מוסר זיין פאר א יעדע מצוה דיין JOB איז נישט בגדר "אונס" אבער תפילין בשעת תפלה איז נישט א חיוב גמור

אבער לאחר המעשה האסטו קודם גוט געטוהן צו דאווענען בזמן.
 

א גוטע עיצה איז קיינמאהל נישט ממש קיינמאהל נישט איבער לאזען טו"ת אין שוהל טאקע פאר דעם..

סאיז שיין פאר דיינע קינדער און פאר אלע צו טראגען אלע מאהל טו"ת מיט זיך ברענג עס אהיים אלע מאהל. אויב די קענסט  כמובן .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 23:45 לינק ישיר 

די שאלות וואס ווערן געפרעגט אינעם אשכול, זענען גאר אנדערש ווי דאס וואס דער קעפל פרעגט.

עס הייסט געהעריג געדאוונט, מ'מעג געהעריג עסן, מ'דארף נאר זיכער מאכן איבערצוליינען קר"ש מיט די תפילין, כדי נישט צו זיין ח"ו קיין "הקורא קר"ש בלא תפילין".

בנוגע דעם קעפל איז דער ענטפער, ניין, דו הייסט נישט קיין אונס.

על פי הלכה דארף מען פאר א מצות עשה אוועקגעבן א שליש פונעם פארמעגן, און דו האסט דערלייגט די מ"ע פון תפילה בציבור - ונקדשתי בתוך בני ישראל.

איך בין זיכער אז אויב דו וואלסט געהאלטן ביים פארלירן אפילו נאר א צענטל פון דיין פארמעגן וואלסטו זיך ערלויבט צו פארפעלן פון דער ארבעט, און דיין בעה"ב וואלט דיר זיכער פארשטאנען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > הייס איך א אונס פארן נישט לייגן טלית ותפילין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext