תקנות הפורום
בעזרת השם יתברך
ברוכים הבאים צום פארום 'שיעור עיון'.
דער פארום איז געגרינדעט געווארן בעזה"י כ"ב אדר מיטוואך ויק"פ תשס"ו מיטן ציל דא צו אויסשמועסן תורה'דיגע אנגעלעגנהייטן אין אלע הינזיכטן. לחדש ולברר לאמיתה של תורה.
דער פארום ווערט נישט געשטיצט פון קיין שום פארטיי, נישט לטוב און נישט לרע.
וואס עס איז נישט ערלויבט:
קיין שום תגובה וואס ווארפט אריין ספיקות אין די אמיתית דברי תורתינו הקדושה וחכמינו ז"ל.
קיין שום תגובה וואס קען זיך אויסטייטשן אלץ א זלזול אויף גדולים בישראל, וואס אפילו איינע פון דעם פארום האלט אלץ א גדול.
קיין שום שמץ אויף קיין איד, אפילו מען שרייבט נישט ארויס די נאמען אדער ניק וואס מען מיינט צו באשמיצן.
קיין שום תגובה בעניני קדושה וצניעות. אדער אומאיידעלע לינקס.
קיין שום תגובה וואס צילט אוועק און פארדרייט דעם עצם רעיון הפורום צו אויסשמועסן לחדש ולברר לאמיתה של תורה.
ארויסנעמען מסקנות פונעם פארום:
עס איז נישט לאגיש צו קלערן אפילו פאר איין רגע אז עס קען ארויסגענומען ווערן פון דא די מינדעסטע מסקנות אין פשט, הלכה, אדער אין השקפה, וכדומה. ווען פאקטיש דרייען זיך נישט אויפן אינטערנעט צופיל פון די וואס זענען עוסק בתורה יומם ולילה און האבן די ריכטיגע דעת תורה.
דעריבער אפילו ווען עפעס ווערט אפגעפרעגט און קיינער האט נישט וואס צו ענטפערן, איז -פארשטייט זיך- נישט פשט אז עס איז באמת נישטא וואס צו ענטפערן און די הלכה בלייבט ווי דער לעצטער. דער ריכטיגע דעת תורה מוז אייביג זיין דער מכריע, בין בעניני הלכה ובין בעניני השקפה.
תגובות בעניני הפורום: סיי וועלכע תגובה בנוגע דעם פארום איז נאר ערלויבט אין דעם אשכול.
החותמים בעזהי"ת במטרה להגדיל תורה ולהאדירה
מנהלי הפורום
 |
|
|