|
|
| נשלח ב-5/6/2006 20:03 |
|
| |
באטשי שרייבט:עיקר שכחתי
דער עולם ווארט שוין אוודאי בכליון עינים צו הערן דעם תירוץ אויף מיין שאלה, פארוואס מזאגט צוויי מאהל ה' מלך?
ה' מלך ה' מלך ה' ימלוך לעולם ועד, איז גימטריא 620
כת"ר, פאר דעם מלך מלכי המלכים
כתר יתנו לך ה"א מלאכים המוני מעלה, עם עמך ישראל קבוצי מטה
דאס איז די צוויי מאהל ה' מלך, און פארדעהם שטעלט מען זיך אויף
כך נתגלה לי מן השמים נישט דירעקט, נאר דורך מיינס א חבר, והוא שגילה לי.
איך האב דעם יו"ט געזען אין מיין מחזור אן אנדערן טעם וואס דער בית יוסף ברענגט אראפ בשם די קדמונים, עיין שם.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 21:03 |
|
| |
נו, תשעה באב, וואס געפאלט געווענדליך בפרשת ואתחנן און מען הויבט אן ביי קריאת התורה די פרשה פון כי תוליד בנים, וועלכע איז נאך שני.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 01:09 |
|
| |
אבזערווירער
עיין שם ווי ? אין דיין מחזור? ווי האסט עס בייהאלטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 09:01 |
|
| |
אויב מיינסטו דעם ב"י בית יוסף אורח חיים סימן נ אות א ד"ה וקבעו לשנות ויש מקומות מסדרין אלו המזמורים בסידור אחד ומוסיפין מזמורים אחרים ויש מקומות מתחילין אחר הודו לה' ה' מלך ה' מלך וכן מנהגינו ונהגו לכופלו בכל ספרד ונראה הטעם להודיע ייחוד מלכותו בשבת ליום שכולו שבת און דאס ווערט שוין געברנגט און אבודרהם ספר אבודרהם שחרית של שבת ד"ה הודו לה' וכופלין ה' מלך ה' מלך כדי להודיע יחוד מלכותו בשבת ליום שכולו שבת
דעמאלט נלפע"ד אז דאס איז נאר א טעם פאר שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 18:37 |
|
| |
לחייםאידן
פון א טעכנישן שטאנדפונקט איז דיין ענטפער נישט אויסגעהאלטן, ווייל "דעתותבונה" שרייבט בזה"ל: ווען קען אויסקומען ווען מען ליינט אינדערוואכן מאנטאג און דאנערשטאג די פרשת השבוע, אז מען זאל נישט אנהייבן פון פאר שני, נאר אינמיטן די סדרה?
און... תשעה באב קען נישט אויסגעפאלן אין א מאנטאג! (דעתותבונה, קומענדיגע מאל זיי מער מדייק דיין לשון).
באטשי - עולם מלא
איך האב זיך מטריח געווען פאר אייך/מיר, אראפגענומען דעם מחזור'ל, און איך בין מעתיק דעם לשון דערפון: נוהגין לומר ה' מלך בעמידה, והטעם הוא לפי שנמצא באגדה: מלאך אחד עומד שחרית באמצע הרקיע ופותח ואומר ה' מלך ה' מלך וכו', וכל גדודי מעלה עונין אחריו עד שמגיעין לברכו, וכשם שהמלאכים אומרים אותו בעמידה כך אנו ראויים לאמרו בעמידה. - והטעם שנהגו לכפלו, כדי להודיע יחוד מלכותו (ב"י) עכ"ל פון מיין מחזור.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 07:46 |
|
| |
אבזרווירער
(איך וויל באמת נישט פארדרייען די נושא כ'גלייב אבער נישט אז מ'זאל דערפאר עפענען א נייער
אשכול שרייב איך עס דא)
לויט "בר אילן" איז נישט דא נאר דער ב"י וואס איך האב אראפ געברענגט פון דארט און עס גייט
ארויף אויף שבת
איך ווייס נישט אין וואספארא מחזור די דאווענסט אבער איז דאס א פירוש אדער א ליקוט
לענ"ד פארשטיי איך נישט (אויב נישט לגבי שבת) מיט וואס איז צוויי מאל מער ווי איין מודע אויף
יחוד מלכותו...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 16:25 |
|
| |
באטשי האסט געשטעלט א שאלה מיט א צענדליג טעג צוריק: "וועלכע מסכת אין בבלי פעלט אונז היינט? (הינט: סאיז איינגעשלונגען געווארן דורך אצווייטע מסכת)"
אבער קיין תירוץ האסטו דערווייל נישט געגעבן, איך הייב אן מורא האבן אז דו אליין בכבודך ובעצמך האסט גאר געלייגט א האנט דערויף, און עס קען גאר זיין אז דו רופסט דיך גאר "מסכת" און דאס איז די צווייטע מסכת וואס האט דאס אזוי בייזוויליג איינגעשלינגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 05:47 |
|
| |
עולם-מלא
די מחזור הייסט מחזור המשובח, עס איז א ניי ערשינענע זאך, פון הוצאת עטרת.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 10:03 |
|
| |
אלוועיס
האסט גוט גענטפערט " פסח שני" פסח ראשון האט איהם אויף געגעסן
אם סארי איך האב דיר נישט קאניפרימירט, דו קריגסט 100
שרייב מיר באישי טאמער דו דארפסט א תעודה פאר דיין מאמי.
|
|
|
|
|