בית פורומים שיעור עיון

דיין פעיוואריט הגדה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/3/2006 21:22 לינק ישיר 
דיין פעיוואריט הגדה

מיין וואוט, הגדה של פסח עם פירוש הרוקח.

דער הגדה געט א פשוט'ע בליק אין די עומק ההגדה, פון די שטאנדפונקט פון א ראשון.

ראננער אפ: דער מיט די צוואנציג פירושים (בית אברהם און בית אהרון... וואס איז אמאל געווען געדריקט נאר בכתב ידו פון דעם מלקט ומחבר).

ס'געט אריין א געשמאק אין די הגדה מיט זייער שיינע קורצע "און" לאנגע זאכן איבער צו זאגן.

וואס איז ענקער פעיוואריטס?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 22:11 לינק ישיר 

האבענדיג די זכי' צו פראווען דעם סדר אליין'ס, מיט די קינדער: ביים סדר קען מען אפילו נוצן א "בית יהודה-הגדה".

מען ברויך "היינט" צו קוקן, און אויף "היינט" האב איך ליב:
הגדה חתם סופר
הגדה בית אהרן - דאס וואס דו האסט אויסגערעכנט פריער.
הגדה משובח - אין אידיש, מ'לויפט עס דורך, ער האט זאכן וואס ציען די קליינע צוהערן. וואס אונז אלטס גרויסע כאפן נישט אז ס'קען זיי זיין אינטערעסאנט.

און אז מ'קוקט פארדעם מוז עס נישט זיין דווקא פון קיין הגדה, "למען תספר" איז אויך זייער זייער גוט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 22:46 לינק ישיר 

תרשיש, איך מיין מען קען מאכן פון דעם אליין א חקירה, פארוואס מען דארף א הגדה. פון וואו נעמט זיך דעם מקור ארויסצוגעבן און נאכגיין נאך אזוי סאך הגדות? און צו איז אויסגעהאלטן צו זאגן פון סתם א סידור די הגדה, וואס אינעם סידור פארנעמט דאס פלאץ פון פינף - זעקס דפים. דאס נעמט זיך לכאורה פונעם מצוות למען תספר, און זאגנדיג אינעם סידור וועט מען גארנישט האבן וואס צו איבערגעבן פאר די קינדער. דעריבער איז פארהאן הגדות מינים ממינים שונים אז מען זאל האבן וואס צו דערציילן פאר די קינדער. דעריבער איז לכאורה א הידור מצוה צו נעמען ווי מער די קינדערישסטע הגדה וואס איז שייך. וויבאלד די מוזט יעצט בלויז אריינגיין אינעם קינדס מח, וואס די בעלי מחברים האבן דאס דורכגעטוהן וואס עס איז אינטערסאנט פאר די קינדער. די שאלה איז צו ווען מען זאגט נאך תורות פאר די קינדער וואס האט נישט קיין שייכות מיט די ניסי יציאת מצרים, און איז בלויז א "שיין ווארט" איז מען אויך יוצא די מצוה פון למען תספר. ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס מענטשן זענען אזוי מדקדק אז קינדער זאלן אויך זאגן א דבר תורה, צו איז עס א חוב אויף זיי אדער אויף דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 22:56 לינק ישיר 

תרשיש, יישר כח פאר די שיינע טעמע.

די הגדה ברויך מען זיך פארזעהן, דאס איז דאך די סיבה פארוואס מען זאגט דאס שבת הגדול, איך געדענק אז איין יאר האב איך דורכגעלערנט עפעס אן אלטע הגדה מיט זיבעציג פירושים, עס האט מיר געגעבן א גאר געשמאקן טעם אין די ווערטער (איך געדענק ליידער נישט יעצט דעם נאמען דערפון, עס איז זייער אלט און זייער שיין אויסגעשטעלט). אבער בשעת'ן סדר נוץ איך א פשוט'ע הגדה, געווענליך נר יהושע אויף אידיש!

דעת ותבונה, איך ווייס פון פלעצער וואו מען האט מקפיד געווען דירעקט נישט צו זאגן קיין "תורות" ביים סדר, "תורות" - זאגט יענער - זאגט מען צופרי ביי די סעודות, ביים סדר דערציילט מען "סיפור יציאת מצרים"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 00:28 לינק ישיר 

מיינסט מגדל עדר אפשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2006 03:22 לינק ישיר 

יא! יישר כחכם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2006 07:33 לינק ישיר 

דעת,

דאס וואס דו שרייבסט בנוגע נוצן א קינדערישע הגדה, איז גראד צום פונטל פון די מצוה פון דער נאכט. און לדעתי, איז דאס  נישט נאר צו קענען איבערזאגן פאר די קינדער, נאר פאר זיך אליין אויך, כדי ממחיש צו זיין די יציאת מצרים, אזוי ווי ס'שטייט טאקע אין די הגדה, "לראות את עצמו כאילו הוא יצא"...

דערפאר טאקע נוץ איך ביים סדר נאכט די שיינע כץ הגדה פון ארטסקרול, מיט די האנט געמאלענע בילדער, און ס'איז ממש א מחיה. די קינדער קענען נישט ווארטן ביז צו איבער מישן דעם בלעטל.

די ערשטע כוונה וואס איך האב געהאט אין מיין שאלה, איז געווען לגבי איצטער. אויף זיך אליין פארצוקוקען די הגדה. אז מיר זאלן נישט אריין קוקען פסח אויף די נאכט, ווי א האן אין בני אדם.

לגבי קינדער נאך זאגן א דבר תורה, איז וויכטיג צו געדענקן, אז פאר קינדער איז אויך דא דער מצוה פון למען תספר. און אלץ חינוך אויס, איז טאקע וויכטיג אויסלערנען דעם קינד, נאך צו זאגן זאכן וואס האבן א דירעקטע קשר מיט "סיפור יציאת מצרים".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 15:23 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אט איז א הגדה וואס איינער האט ארויפגעלייגט אין בחדרי חרדים קוקט וואס די מנהג ביי מרור זו פלעגט זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 17:07 לינק ישיר 



נאך גוט עס שטייט נישט אין אידיש...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2006 21:07 לינק ישיר 

מהר"י ט"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-18/4/2006 21:26 לינק ישיר 

"פרדס ההגדה"
פארמאגט אלע דינים, גוטע תורה'לעך צום פשט, און געקליבענע מעשה'לעך און משלים נאכצוזאגן

"באהלי צדיקים" הגדה
א ליקוט פון הונדערטער קורצע תורה'לעך און מעשה'לעך

"מרבה לספר" אידיש
זייער גוט פאר א פארלאגטן טאטן וואס האט זיך נישט געקענט פארברייטן אבער וויל דאך אפרעכטן א סדר און רעדן צו די קינדער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > דיין פעיוואריט הגדה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext