| נשלח ב-30/3/2006 17:03 |
|
| |
מה נשתנה הלילה הזה ?
די נאכט פון פסח האט זוכה געווען צו די מערסטע אויפמערקזאמקייט פון גדולי ישראל אין אלע דורות, אין פאקט איז נישטא קיין שום יו"ט אדער סיי וועלכע אנדערע זאך אויף וועלכן עס זענען נתחבר געווארן אזויפיל פירושים ווי אויף די הגדה.
וואס איז דער פשט דערפון ?
פארוואס צב"ש האט קבלת התורה נישט זוכה געווען צו אזויפיל פירושים און ספרים, למעשה איז דאך דער גאנצער תכלית פון יציאת מצרים געווען דער "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה" ?
טראץ וואס עס איז מעגליך אז עס איז ליגט דערין עפעס העכער'ס, איז מסתבר אז עס האט אויך עפעס א פשוט'ן לאגישן הסבר.
לבי אומר לי אז עס איז א קאמבינאציע פון מערערע סיבות:
1) אויף פסח איז דא א באזונדערע הגדה, אויף שבועות און סוכות איז נישטא ספעציעל אויף וואס זיך צו באציען.
2) חוה"מ טאר מען נישט שרייבן קיין די"ת נאר וואס מען האט מורא אז מ'וועט פארגעסן. סוכות איז דא זייער אסאך וואס צו טון איבערן טאג, מיט שמחת בית השואבה, הושענות, וכו'. ווי אויך איז סוכות דער עיקר יו"ט די צווייטע טעג, משא"כ פסח איז דער עיקר יו"ט די ערשטע טעג.
3) דער "כל המרבה הרי זה משובח" האט זיכער אויך וואס אריינצורעדן דא.
ואידך פירושא וועל איך לאזן פאר די חשוב'ע חברים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/3/2006 17:31 |
|
| |
די וועלט זאגט גראדע אז חנוכה איז דאס מערסטע באארבעט אין די ספרים.
די הגדות זענען געווענליך ליקוטי בתר ליקוטי, מיט אנדערע אויסשטעל און בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 05:12 |
|
| |
זעה ענליכס אין דעם אשכול:
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1861192
ווי איך שרייב:
דאס נעמט זיך לכאורה פונעם מצוות למען תספר, און זאגנדיג אינעם סידור וועט מען גארנישט האבן
וואס צו איבערגעבן פאר די קינדער. דעריבער איז פארהאן הגדות מינים ממינים שונים אז מען זאל
האבן וואס צו דערציילן פאר די קינדער.
דעריבער איז לכאורה א הידור מצוה צו נעמען ווי מער די קינדערישסטע הגדה וואס איז שייך.
וויבאלד די מוזט יעצט בלויז אריינגיין אינעם קינדס מח, וואס די בעלי מחברים האבן דאס
דורכגעטוהן וואס עס איז אינטערסאנט פאר די קינדער.
די שאלה איז צו ווען מען זאגט נאך תורות פאר די קינדער וואס האט נישט קיין שייכות מיט די ניסי
יציאת מצרים, און איז בלויז א "שיין ווארט" איז מען אויך יוצא די מצוה פון למען תספר.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס מענטשן זענען אזוי מדקדק אז קינדער זאלן אויך זאגן א דבר
תורה, צו איז עס א חוב אויף זיי אדער אויף דיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 05:25 |
|
| |
בענעדיקט.
איך רעד נישט פון וואלעך, איך רעד פון גדולי ישראל.
וויפיל ספרים פון גדולי ישראל האסטו שוין געזען דירעקט אויף חנוכה ?
דעת ותבונה.
לויט מיין ארימען פארשטאנד, איז דער סדר נאכט למעשה ארויס פון זיין גרעניץ (בערך ווי כל נדרי, ועוד), און די קדושה וואס די ספרים הקדושים לייגן אריין דערין איז פיל מער ווי בלויז די מצוה פון "למען תספר".
דער מציאות איז אז דער סדר נאכט איז א באגריף וואס קריצט זיך איין טיף אינעם קינד'ס קליינער מח'ל, עס איז שווער צו ערקלערן פארוואס אבער דאס איז א דערוויזענער פאקט. מיינע קינדער, די גאנץ קליינע, קענען מיר זינגען "מה נשתנה" ביי דעם פינפטן חנוכה ליכטל !
נישט אומזינסט האבן גדולי ישראל געזאגט אז די נאכט איז א "סדר" אויפן גאנצן יאר.
אבער עס איז ריכטיג אז מ'טאר נישט צופיל מוטשען די קינדער מיט תורות אד"ג, אדרבא, די נאכט איז ספעציעל געגעבן געווארן פאר די קינדער אז זיי זאלן דיר מוטשען.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|