היינט וועלן מיר זיך נעמען צום פארקערטן ארטיקל: דער פיינט!*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
דער פיינט ווערט אנגערופן אין תנ"ך מיט פארשידענע נעמען, צום ביישפיל: אויב, שונא, צר. וואס איז די חילוק צווישן די אלע נעמען?
דער רבינו בחיי (דברים ל', ז') שרייבט אז דער "אויב" איז א גרעסערער פיינט ווי דער "שונא", דער שונא – זאגט ער – וועט דיר טאקע פארפאלגן, אבער מיט רחמנות! משא"כ דער "אויב" האט דיר פיינט מיט אן אייביגע פיינטשאפט און וועט זיך נישט דערבארימען אויף דיר.
ער זאגט נאך מער: די ווארט אויב איז פונעם שורש אבוי, ווייל דער וואס פאלט אריין אין זיינע הענט איז אויף צרות, און שרייט "אוי ואבוי"!
דער חוות דעת (אין זיין ספר מגילת סתרים אויף אסתר ט', י') גייט אויף אן ענליכן מהלך, ער זאגט אז דער "אויב" לויפט דיר נאך און טוט דיר שלעכטס, אבער דער "שונא" פלאנירט נאר און האט בייזוויליגע פלענער אקעגן דיר, וואס ווערן נישט אייביג אויסגעפירט למעשה.
דער מלבי"ם (אסתר ט', ה') שרייבט אז דער "אויב" ווייזט ארויס זיין פיינטשאפט, אבער דער "שונא" באהאלט דאס אין זיין הארץ.
דער גר"א (אין אדרת אליהו דברים ל"ב, ל"ה) שרייבט גאר אנדערש, "אויב" – זאגט ער – באדייט איינער וואס וויל שלעכטס טאן פאר דיין גוף, און דער "שונא" וויל דיר אפקערן פונעם ערליכן וועג! ער האט פיינט דיין נשמה!
איידער מיר ענדיגן מיטן פיינט, לאמיר זעהן וואס די באדייט פון זיין דריטן נאמען צר איז.
דאס איז שוין א מחלוקה...
דער חוות דעת (פלגי מים אויף איכה א', ה') שרייבט אז "צר" מיינט אז ער דערקוטשעט די יארן, און איז ארגער פונעם "אויב" וואס האט סתם פיינט, אבער דער אור החיים הקדוש (דארט) שרייבט פארקערט, צוערשט – זאגט ער – הייסט מען א "צר", און נאר נאכן שלעכטס טאן ווערט מען גערופן אן "אויב".